יצחק-לײב פּרץ דער משוגענער בטלן 1. ער איז געלאָפֿן אױף און אָפּ בײַטאָג אײנער אַלײן אין בית-מדרש און פּלוצלונג זיך אָפּגעשטעלט. - רבונו של עולם, װער בין איך? - װער בין איך?... מען רופֿט מיך: בערל חנהטשעס... נו, בין איך דען בערל חנהטשעס? בין איך דער נאָמען? - די שילד איז נאָך נישט די קלײט! דאָס הױז, װוּ דער רבֿ װױנט, הײסט: ״פּאָד-קאַרפיעם״ און איך - בערל חנהטשעס! אין טשאַכנאָװקע קען מען מיך: מען װײסט, װער בערל חנהטשעס איז; אָבער אין אַמעריקע? װען אײנער למשל גיט אַזױ ראַפּטעם אַ זאָג אַרױס אין אַמעריקע, אין בית-מדרש: ״בערל חנהטשעס״... נו, װאָלט עמעץ געװוּסט, אַז מען מײנט מיך? שאני הכא! דאָ איז עפּעס אַנדערש, דאָ גיט יעדער אַ שמײכל, אַ שאָקל מיטן קאָפּ, מאַכט אַזױ אַ תּנועה... ״אַ באַקאַנטע זאַך, בערל חנהטשעס!״. אײנער טראַכט: דער בטלן, דער צװײטער - דער משוגענער, דער דריטער - כ'װײס װאָס; דער פֿערטער װעט זיך דערמאָנען, אַז איך הײס נאָכן פֿעטער בערל. - טױבעלע, אמת, גיט אַ קרעכץ דערבײַ, װײַל זי װײסט, אַז איך בין נעבעך אַ יתום. אָבער אין אַמעריקע, װוּ מען קען נישט חנה די זיצערקע, און װוּ מען װײסט נישט, אַז עס איז געװען אױף דער װעלט אַ בערל חקרן, דער מאַמעס אַ ברודער, װוּ מען װײסט נישט, אַז איך בין, װאָס מען רופֿט מיך: אַ משוגענער, אַ בטלן, אַ יתום און אפֿשר גאָר אַ חקרן אױך. (איך בין, דאַכט זיך, געראָטן אין פֿעטער אַרײַן) װאָס פֿאַר אַ רושם װאָלט דאָרט געמאַכט: בערל חנהטשעס?! עפּעס װײס איך דאָ יאָ, װער איך בין? איך אַלײן זאָג דאָך: אַ משוגענער, אַ בטלן... נו דאָס בין איך! - בין איך דען נישט משוגע? װעלכער מענטש שטעלט זיך אַנידער קלערן, װער ער איז? אַ מענטש איז אַ מענטש! איך בין אַ מענטש אין הײס: בערל חנהטשעס... װאָלט איך געװען אַ הױז, װאָלט איך אפֿשר געהײסן: פּאָד-קאַרפיעם, - אַן אַרעסטאַנט - װאָלט איך געהאַט אַ לאַטע אױף די אַקסל און אַ נומער... װאָלט מײַן טאַטע, נישט די מאַמע, געװען דער פֿאַרזאָרגער, דער ״פּרנסה געבער״, נישט דער בטלן, װאָלט איך געהײסן, ״בערל שמערלס״. עס װאָלט אַפֿילו שװער געװען אַרױסצוזאָגן: ״בערל שמערלס״, נאָר מען װאָלט שױן געמוזט! און אפֿשר װאָלט איך דעריבער װײניקער געװען בײַ מענטשן אין די מײַלער - װען מײַן נאָמען זאָל זיך נישט אַזױ גלאַטיק אַראָפּקאָלערן פֿון דער צונג. - אָבער, װי איך װאָלט געהײסן - אַ מענטש בין איך... - אַ מענטש! נאָר אַ בטלן דערצו... מאַלע אַ מענטש בלײַבט אַ יתום, נו, װױנט ער אין בית-מדרש? קראַנק בין איך עפּעס צו טון? אין שליחות גײן, האָלץ האַקן, אַ משרת װערן און גײן אָנגעטאָן אַ בגד, נישט קרוע-בלוא; עסן ברױט, נישט זײַן ביז דרײַסיק יאָר אַ ישיבֿה-בחור, עס זאָל מיר פֿעלן צװײ טעג אין דער װאָך און אַרומדרײען זיך אַלץ און קלערן: װער איך בין?! - איך װאָלט כאָטש געװוּסט, װער מײַן קאַפּאָטע איז; אַצינד, אָסור אױב איך װײס! - אַ שטיק בענדיט, אַ שטיק חײם, אַ שטיק יונה, דרײַ פֿערטל פֿון מיסט! אַ מערכה. טױבעלע קאָן נײען, אַנישט װאָלט איך געװען אָדם נאַקעט. - איז דען דאָס אַלײן נישט קײן שגעון? אַזאַ מין בטלנות, אַזאַ מין בטלנות! גאָרנישט... שמערל, חײם, יונה... עס האָט אַ שיעור, װיפֿיל בית-מדרשניקעס איך האָב איבערגעלעבט!... אײנער איז שױן אַ סוחר, אײנער - אַ טרעגער, אײנער - אַ שענקער; אַ דאגה, אײנער איז שױן אַן אַלמן אַפֿילו, שמערל האָט שױן דאָס דריטע װײַב; נאָר אַלע האָבן קינדער, געשעפֿטן, עסקים; גוט, שלעכט, נאָר פֿאַרנומענע מענטשן, עסן נישט קײן טעג, זענען נישט קײן בטלנים... מענטשן! איך װיל אױך זײַן אַ מענטש! - װאָס הײסט אַ מענטש? - װי איך בין אַ ייִד, איך בין קײן מענטש נישט! - װי איך בין אַ ייִד! איך בין אַ ייִד! אמת, איך בין אַ ייִד, נאָר גאַנץ טשאַכנאָװקע זענען אױך ייִדן און זענען נישט איך! למאי, איך בין אַ מאַנספּאַרשױן, (כאָטש אַ קלאָג צו מײַן מאַנספּאַרשױן, אַ װײטיק צו אים!) נו... אַלע מענטשן, װאָס זענען נישט קײן נקבֿות, זענען מאַנספּאַרשױנען, אַ כּלל, זענען אַלע בערל חנהטשעס! - נײן, ברודער בערל! נאַר דיך נישט! דו ביסט אַ מאַנספּאַרשױן, דו ביסט אַ ייִד, אמת; נאָר נישט דו ביסט דער מאַנספּאַרשױן, נישט דו ביסט דער ייִד!... דו ביסט עפּעס אַנדערש; דאָס אַלץ איז נאָר אַ צולאָג, צוגעגעבענע זאַכן; אָבער נישט דו אַלײן... - איך רעד מיך אײַן, אַז איך בין אַ בטלן, אַ משוגענער, אַ יתום, אַן אומגליקלעכער מאַנספּאַרשױן...נאָר בטלנים, משוגעים, יתומים זענען דאָ אַ סך, אפֿשר אַזױנע מאַנספּאַרשױנען װי איך בין - װײניקער; נאָר דאָ איז, אַ דאגה, אפֿשר אין אַן אַנדער שטאָט, אפֿשר אין אַמעריקע, נו, זענען אַלע אײנס? חס-ושלום. יעדערער פֿאַר זיך!... - נו, װער זשע בין איך, צו אַל די שװאַרצע יאָר! - עס האָט געמוזט אין מיר אַרײַן אַ דיבוק, עס מוז עמעץ זיצן אין מיר און קלערן איבער מיר, און מיר דאַכט זיך: איך אַלײן קלער! אַ והאָ-ראַיה, װען איך האָב כּוח (אַ גאַנצע װאָך, אױסער מאָנטיק און דינסטיק), האָט יענער אױף מיר קײן שליטה נישט; קלער איך װײניקער! און באמת, די חקירה איז, אַז קײן שום מענטש אין דער װעלט קאָן נישט איבערקלערן זיך אַלײן! - װי הײסט, איך װיל מיך משׂיג זײַן? איך װיל מיך אַרױסרײַסן פֿון מיר אַרױס, אַװעקשטעלן זיך אָדער אים אָן אַ זײַט, ״ער״ זאָל קוקן אױף מיר! איך-ער זאָל קוקן אױף ער-איך!... כאַ, כאַ, כאַ! װי הײסט! זאָל איך מיר נאָר באַרעכענען!... עפּעס װערט מיר װאַרעם אין קאָפּ!... (ער לױפֿט צו צום כּיור, גיסט זיך אָפּ מיט קאַלט װאַסער; שלעפּט אַרױס פֿון הינטערן אױװן אַ שמאַטע, און בינדט זיך שטײַף אַרום דעם שטערן). - אַצינד װעט עס גײן. נאָך אַ מאָל!... איך װיל װיסן, װער איך אַלײן בין... - װוּ זאָל איך קוקן, אַראָפּ צי אַרױף? רעכטס - צי לינקס?... איך בין דאָך אין מיר. װען איך, למשל, קריך אַרױף אױפֿן ארון-קדוש, בין איך אין גאַנצן אױבן; איך װעל אונטן גאָרנישט איבערלאָזן. לאָמיך לױפֿן אין קעלער אַרײַן, װעל איך זײַן אין גאַנצן אונטן... נו, אַזױ װי קאָן איך קוקן אױף מיר!? - היכי דמי?! - װאָס דען זיצט אין מיר און קלערט פֿאַר מיר? - און עפּעס זיצט דאָך פֿאָרט ... האַ?... - איך װײס דאָך, אַז װען עס זענען געלעגן בײַ דער שמשׂטע אומגעצײלטע קיכלעך און איך האָב שױן דרײַ טעג קײן מאכל נישט געהאַט אין מױל, האָב איך גאַנץ שטאַרק חשק געהאַט אַראָפּצושניפּן אַ קיכל... נאָר איך האָב געזאָגט: נײן! מען טאָר נישט! נישט מײַן... דערנאָך האָב איך געפֿונען טױזנט תּירוצים... ״די שמשׂטע האָט גענוג פֿאַרדינט אָן מיר, זי מעג מיר געבן אַ צולאָג,״ איך זאָל זי בעטן, װאָלט זי מיר אַלײן געגעבן,״ ״איך װעל איר מיט גאָטס הילף אַ מאָל באַצאָלן״... נאָר איך האָב אַלץ געזאָגט: ״נײן, מען טאָר נישט״... און עס איז געבליבן - נישט!... פֿריִער איז עס געגאַנגען אײנס נאָכן אַנדערן: מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך אַלײן פֿרעג און איך אַלײן ענטפֿער, נאָר דערנאָך, שפּעטער אַ ביסל, כאָטש תּוך כּדי דבור, נאָר דערנאָך, איז עפּעס אַנדערש געװאָרן, עס איז געװאָרן צוזאַמען: יאָ און נײן, נײן און יאָ און װײַטער נײן! עס איז געװאָרן אַ מחלוקת, און נישט איז געװאָרן, נישט װײַל איך האָב נישט געװאָלט, אָדער דעם חשק פֿאַרלױרן; נײן, נאָר די האַנט האָט זיך נישט געקאָנט רירן; זי האָט נישט געװוּסט װעמען צו פֿאָלגן... אַ והאָ-ראַיה, איך בין דערנאָך שטאַרק מיד געװען. טאַקע װי נאָך אַ גרױסער מחלוקת , װי נאָך אַ הײסן וכּוח מיט יונה לאָקש, װאָס װיל מיר אַלץ אײַנרעדן, אַז דער גאון ז״ל, זיצט אין גן-עדן מיט אַ פֿאַרראָצטער באָרד, װײַל ער האָט נישט געהאַלטן מיט חסידות! - אַזאַ פֿערד!... נאָר מיד בין איך געװען; איך דערמאָן מיך גאַנץ זיכער, זיכער! דאָס אײגענע איז געװען פּורים, װען איך האָב געטראָגן פֿון פּרץ פֿײַנהאָלץ, פֿון גבֿיר, דעם רבֿ, שלח-מנות. איך האָב געהאַט אַ פֿול מױל מיט װאַסער, די צונג איז מיר אַרומגעלאָפֿן אין מױל װי משוגע, װי איך לױף אַצינד אַרום אין בית-מדרש. די הענט האָבן מיר געציטערט; אַ שטיק טאָרט, מאַקעראָנדלעך, עפּעס נאָך עטלעכע מינים... איך, נאַשער, האָב געװאָלט, איך, ערלעכער מאַן, האָב נישט געװאָלט!... - מען זאָגט: ״יצר-טובֿ״, זאָל זײַן אַזױ! אָבער סײַ װי סײַ, בין איך דאָך נאָר אַ דירה, װוּ עס װױנען צװײ שכנים, אײנער הײסט: יצר-טובֿ, דער צװײטער - יצר-הרע. נישט אַזױ? װײַטער די מעשׂה מיט די נעמען... אָבער װער זענען זײ? װער בין איך? - איך בין אַ דירה. איך בין אי דער גוטער שכן, אי דער שלעכטער שכן, אַלץ איך, און דערצו װיל איך װיסן, װער איך בין?! כאַ, כאַ, כאַ! - שאַ! נעכטן ערשט, דער עולם האָט געלאַכט, װאָס איך בין געבליבן שטײן אױף אײן אָרט, אפֿשר אַ שעה! איך װײס, װאָס איך בין געשטאַנען! איך האָב נישט געקאָנט גײן: מען האָט געהאַקט האָלץ אױפֿן שול-הױף, האָב איך געװאָלט גײן פּרוּװן, צי איך קאָן אַ שײַט-האָלץ צוהאַקן, צי קאָן איך אַרבעטן... איך האָב שױן אָנגעהױבן גײן; שטײען צװײ בענק: אין דער זײַט אַ באַנק, אין יענער זײַט אַ באַנק. דאָ דערצײלט מען, אַז מען הײצט אין באָד, הײבט מיר אָן בײַסן דאָס גאַנצע לײַב און איך װיל צוגײן צום קעסטל, אַרױסשלעפּן דאָס בעזעמל און גײן אין באָד אַרײַן... קעגן איבער האָט זרח מלמד דערצײלט יענקל קעצלען, אַז אין ״בעל-עקדה״ איז דאָ אױף דער הײַנטיקער סדרה אַ פּלאי-פּלאָיִמדיקער דרוש! װיל איך װיסן, װאָס זרח מלמד איז געפֿעלן, צולױפֿן צו דער מזרח-װאַנט און אַראָפּכאַפּן דאָס ספֿר... נו בין איך טאַקע געשטאַנען! די פֿיס האָבן נישט געװוּסט װעמען צו פֿאָלגן: צי דעם בערל חנהטשעס, װאָס װיל גײן האָלץ האַקן, צי דעם בערל חנהטשעס, װאָס װיל גײן אין באָד אַרײַן, װײַל עס בײַסט אים, צי דעם בערל חנהטשעס, װאָס װיל װיסן, װאָס זרח מלמד איז געפֿעלן!... איך בין טאַקע אַזױ לאַנג געשטאַנען, ביז איך האָב מיך דערמאָנט, אַז איך האָב נאָך קײן מנחה נישט געדאַװנט! - נו, על-כן? װױנען אין מיר שױן פֿיר פּאַרשױנען! אַ האָלצהעקער, אַ בעל-עקדהניק, אַ בעדער און דער לעצטער - אַ מנחה-דאַװנער, װעלכער האָט אַלע אַרונטערגעיאָגט הינטערן אױװן, זײ זאָלן קײן פּיפּס נישט געבן. נאָר ער האָט צו שאַפֿן, און די פֿיס מוזן אים פֿאָלגן. אַ והאָ-ראַיה איך בין טאַקע צוגעגאַנגען צו דער װאַנט און האָב געדאַװנט! אַ שטיקל אמת שטעקט דערינען... װאָרעם זײ זענען נישט פֿאַרלױרן געװאָרן; זײ האָבן זיך נאָר באַהאַלטן הינטערן אױװן, זײ האָבן פֿון דאָרטן אַרױסגעקוקט... זײ האָבן געװוּנקען צו מיר, און האָבן מיך מבֿטל געװען! אין מיטן שמונה-עשׂרה האָב איך אַלץ אין זינען געהאַט: האָלץ האַקן, שמײַסן זיך אױף דער העכסטער באַנק אין באָד, און דעם בעל-עקדהס דרשות אױך!... - נו, אַ כּלל? װאָס העלפֿט דער יצר-טובֿ מיטן יצר-הרע, אַז איך בין אַ מאָל דרײַ, און אַ מאָל פֿיר! אָט אַצינד פֿיל איך, אַז ״איך״ אַלײן בין עפּעס אַ גאָרנישט! איך אַלײן װאָלט גאָרנישט געלעבט. איך אַלײן, װען איך לעב אַפֿילו, װאָלט איך מיך אין דער פֿרי אַפֿילו פֿון דער באַנק נישט אױפֿגעהײבן, איך װאָלט געלעגן װי אַ גולם עד סוף כּל הדורות... איך בין טאַקע אַ גולם, איך האָב נאָר קײן נשמה נישט; װאָס דען? אַלץ אַרום לעבט, אַלץ אַרום האָט נשמות, די נשמות זײערע לאָזן אַרױס פֿון זיך אַזױנע לאַנגע, דינע, שפּיציקע פֿעדעמלעך, אַזױנע שטראַלן, און זײ כאַפּן זיך און טשעפּן זיך אין מיר, קריכן אין מיר אַרײַן, רירן מיך, שטעלן מיך אױף די פֿיס, הײסן מיך גײן, טון, לױפֿן... אָבער איך אַלײן בין גאָרנישט! װער דען פֿאָרט קלערט? האַ? װער זיצט אין מיר און קלערט? װײַטער אַ פֿרעמדער? נישט איך? - נו, זאָל זײַן אַ פֿרעמדער! װער איז ער? װי קומט ער צו מיר? צי בין איך אַ שטײַג און ער - אַ פֿײגעלע?... דוד המלך, עליו-השלום, זאָגט: יונתי, הײסט עס מײַן טײַבעלע! - װיל דאָס טײַבעלע האָלץ האַקן, אין באָד אַרײַן גײן, אַראָפּגנבֿענען פֿון שלח-מנות, אַװעקשניפּן אַ קיכל בײַ דער שמשׂטע, און תּוך כּדי דבור זען דעם בעל-עקדהס דרשה?... פֿו, טײַבעלע, נישט שײן! ביסטו עס, מעגסטו זיך שעמען! - כאַ! כאַ! כאַ! בערל חנהטשעס איז אַ טײַבעלע, אַ פֿײגעלע; בערל חנהטשעס האָט אַ קלײן פּיסקעלע מיט פֿליגעלעך, בערל חנהטשעס װעט אַ מאָל אַרױספֿליִען פֿון דער שטײַג... - נו, בערל חנהטשעס, דעמאָלט װעסטו אױך קלערן װער דו ביסט? אױך זײַן אַ יתום, אױך זײַן אַ בטלן, אױך זײַן משוגע? - אַװדאי! װער דען? די שטײַג איז משוגע? די שטײַג איז אַ יתום? - רבונו של עולם! װער בין איך פֿאָרט? 2. עס קומט אין בית-מדרש אַרײַן װאָלף סוחר. בערל חנהטשעס דערזעט אים, און אַנטלױפֿט אָן אַ זײַט. װאָלף סוחר װאַשט די הענט, װישט אָפּ אָן דער פּאָלע, נעמט אַרױס פֿון דער שאַנק אַ ספֿר און זעצט זיך אַרײַנקוקן. בערל חנהטשעס לאָזט פֿון אים קײן אױג נישט אַראָפּ... - װער איז ער? - פֿרעגט ער זיך און ענטפֿערט זיך באַלד: - װאָלף סוחר! - איר גיט זיך דערבײַ אַ שטאַרקער קניפּ אין באַק אַרײַן... - בהמה! חמור! װאָלף סוחר איז אַזױ װי בערל חנהטשעס! אַזױ הײסט ער; נאָר װער איז ער?... צי איז ער אײנער, צװײ, צי דרײַ? װיפֿיל פֿײגעלעך פּישטשען אין זײַן שטײַג, פֿאַרשטײסטו, װאָיטעק !? ער האָט זיך נאָך שטײַפֿער צוגעצױגן דעם קאָפּ. - לאָמיך קלערן... - אַצינד איז ער אײנער, אײן װאָלף סוחר... ער זיצט און לערנט! פֿאַרטיפֿט, ער זעט מיך נישט. ער לערנט אַװדאי נדרים, זײַן פּרק, מער קאָן ער נישט... אַצינד איז אַ קונם קונח קונס... אַצינד איז ער אַ ״לשון שבֿדו [להם] חכמים״. אַצינד װײס איך װאָס ער איז, אַ פּרק נדרים... דערנאָך? דערנאָך װעט װאָלף סוחר אַראָפּגײן אין גאַס אַרײַן, װעגן תּבֿואה אױף אַ פֿאַלשער װאָג, אָפּנאַרן גאַנץ קרױן פּױלן און אַהײם גײן געבן דעם װײַב, דער אָרעמער, דערשלאָגענער, טױבע, צװעלף פּעטש מיט פֿיר דזשאָך! זעסט דאָס לעמעלע, בערל חנהטשעס! זעסט דאָס שעפֿעלע, זעסט, װי עס קנײטשט אײַן דעם שטערן, זעסט די פֿרומע אײגעלעך?, זעסט, זעסט! און דו שוטה, דו בערל חנהטשעס, דו חמור, װילסט מיר אײַנרעדן, אַז דאָס איז דער אײגענער גנבֿ פֿון גאַס, דער אײגענער רוצח פֿון דער הײם? נײן, בערל חנהטשעס! מיר װעסטו דאָס נישט אײַנרעדן! נײן, נײן! - נישט אַזױ קוקט אַ גנבֿ, נישט אַזױ זעט אױס אַ רוצח!... שוטה!... - איך זאָג דיר, בערל חנהטשעס, אַז עס זענען דאָ דרײַ װאָלף סוחרס... אײנער איז אַ לעמעלע, אַ פֿרום לעמעלע, װאָס זיצט און לערנט נדרים און װעט אױף יענער װעלט אױך לערנען נדרים, און טאַקע מיטן רבונו של עולמס פּירוש... דער צװײטער - איז אַ גנבֿ און װעט דאָרטן אױך כאַפּן פֿון די טעלער; דער דריטער איז אַ רוצח, װאָס הרגעט דאָס װײַב מכּות-רצח... - אַ רחמנות אױף איר!... עס שנײַדט מיך בײַם האַרץ, אָפֿט חלומט זי זיך מיר... זי בעט מיך אַ מאָל, בײַנאַכט אין שלאָף, איך זאָל איר העלפֿן... דאָס הײסט: זי בעט נישט מיטן מױל, זי רעדט נישט, חו״ש, אַ ייִדישע טאָכטער רעדט נישט מיט אַ מאַנספּאַרשױן... נאָר זי קוקט אױף מיר מיט אַזאַ... מיט עפּעס אַזאַ... מין קוק... - רבונו של עולם! קוקן מעג זי דאָך! זי מעג קוקן אױף אַ מאַנספּאַרשױן!... - כאַ, כאַ, כאַ! איך אַ מאַנספּאַרשױן... װאָלף סוחר איז אַ מאַנספּאַרשױן, פֿױלן זאָל ער, װאָלף סוחר! איך בין אים אַ שׂונא אױפֿן לעבן. איך האָב בײַ אים אַ טאָג; נאָר אַ שׂונא בין איך אים! שׂינאת חינם טאַקע, נאָר אַ שׂונא... איך װאָלט אים געשטאָכן! יאָ!... נאָר נישט דעם װאָלף סוחר, װאָס זיצט און לערנט, אַפֿילו דעם גנבֿ נישט, נאָר דעם רוצח! אים װאָלט איך געשטאָכן... איך אַלײן קאָן נישט, איך אַלײן האָב נישט צו שאַפֿן, איך בין נאָר אַ שטײַגל... איך האָב אַפֿילו אַ קניפּיק, אַ שאַרפֿן קניפּיק, גאָר אַ שאַרפֿן, מען קאָן מיט אים נעגל שנײַדן, אַ קאָפּ גאָלן... איך מאַך מיר אַפֿילו קײן לאַמטערן נישט, װײַל עס איז מיר אַ שאָד דער קניפּיק, ער זאָל נישט שטומפּיק װערן... דאָך איך אַלײן קאָן נישט... מען דאַרף, עס זאָל מיר עמעץ הײסן; עפּעס אַ בת-קול, עפּעס אײנער, אַפֿילו זרח מלמד! זאָל ער אַלײן מיך הײסן! װער שמועסט, װען זי זאָגט מיר, אַזױ שטיל, בײַנאַכט אין חלום: נאָר זי װעט נישט זאָגן, אַ ייִדישע טאָכטער װעט נישט זאָגן. חס-ושלום! איך װאָלט זי פֿײַנט געהאַט, זי זאָל מיט מיר רעדן. - אַזױ איז בעסער, קוקן זאָל זי, און שטענדיק, און אַ גאַנצע נאַכט; בײַטאָג קאָן נאָך עמעץ דערזען, חס-ושלום! עס איז גענוג יעדע נאַכט... - אָ! װי שײן װאָלט עס געװען! איך װאָלט אַרױסגענומען דעם קניפּיק, איבערגעגאַנגען די כאָליעװע, אײן מאָל, צװײ מאָל, דרײַ מאָל, און בוך!... - כאַ, כאַ, כאַ! עס װאָלטן אַרױסגעלאָפֿן געדערעם און געדערעמלעך. כאַ, כאַ, כאַ! און בלוט, רױט בלוט... כאַ, כאַ כאַ! - נײן, װאָלף סוחר, נדרים-לערנער, נישט דיך מײן איך! יענעם, יענעם, דעם רוצח... גאָרנישט דיך! - הערסט, בערל חנהטשעס, װען דו ביסט אַ מענטש, װען דו ביסט נישט קײן יתום, קײן בטלן, קײן משוגענער, קײן חקרן, װאָלט שױן אַלץ גוט געװען... טײַבעלע װאָלט אַפֿילו געװײנט, זי װאָלט דאָך געװאָרן אַן אַלמנה, נאָר איך װאָלט איר אין חלום געזאָגט: טײַבעלע, גענוג, דו האָסט צװײ מאַנען, אײנער גנבֿעט, דער צװײטער זיצט און לערנט, װאָס טױג דער דריטער? װילסט דװקא דרײַ? דװקא מען זאָל דיך, טײַבעלע, שלאָגן, דװקא דו זאָלסט װײנען גאַנצע טעג און גאַנצע נעכט... - און אפֿשר איז ער פֿאָרט נאָר אײנער?... - בערל חנהטשעס! דרײַ זענען זײ, לאָמיר זיך װעטן! קום אומישנע, װײַל ער זיצט דאָ און לערנט, קום אין גאַס אַרײַן, װעסטו זען, װי יענער גנבֿעט דערװײַל אין גאַס... דערנאָך װי ער שלאָגט, קום! װעסט זען!... ער הײבט זיך אױף, לױפֿט אױף די נעגל צו דער טיר, שלעפּט אַרױס דעם שליסל און פֿאַרמאַכט פֿון יענער זײַט... 3. ער קומט צוריק, בלאַס און אין כּעס... - זײ האָבן זיך באַהאַלטן, די גנבֿים! װאָס האָבן זײ צו טון? עס איז הײַנט נישט קײן טאָרג! עפּעס אַ יום-טובֿ, עס הענגען פֿאָנען, מען קאָן נישט גנבֿענען... טײַבעלע איז נישט אין דער הײם... זי האָט געמוזט גײן צו אַ שכנה. די טיר איז צו... זײ האָבן זיך אפֿשר בײדע באַהאַלטן! איך האָב אַרײַנגעקוקט דורכן פֿענצטער. אונטערן בעט, האָט זיך מיר געדאַכט, רירט זיך עפּעס. אױף דער פּאָדלאָגע האָט זיך דער שאָטן געהױדעט, געװאָרפֿן, געצאַפּלט! אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, ער זיצט דאָ און לערנט, און זײ ליגן אונטער די בעטן... װוּ דען זאָלן זײ ליגן! - - און װאָלף סוחר, דער תּם, דער נדרים-לערנער האָט אַפֿילו נישט געהערט, אַז איך האָב אױף און צוגעשלאָסן די טיר! ער איז אַזױ פֿאַרטיפֿט אין לערנען! - און אפֿשר לערנט ער גאָרנישט? אפֿשר זיצט דאָ דער גנבֿ און װיל אָפּנאַרן מיך מיטן רבונו של עולם? - װאָלף! - רופֿט ער אים פּלוצלונג. - װאָס איז? - גאָרנישט! - בטלן! אין אַ מינוט שפּעטער. - װאָלף! - װאָס איז? - איך האָב אַ קניפּיקל! - װױל דיר! - װילסט זען? - נײן! - דאַרף מען נישט! אין אַ פּאָר מינוט אַרום: - װאָלף! - װאָס? - דו לערנסט, צי דו מאַכסט נאָר אַזױ? - װאָס גײט עס דיך אָן? - איך דאַרף נײטיק װיסן, כ'לעבן, נײטיק!... - שטיל, משוגע! און נאָך אַ פּאָר מינוט: - װאָלף! - װאָס איז? - װיפֿיל ביסטו? װאָלף סוחר װערט בײז, מאַכט צו די גמרא און גײט אַרױס פֿון בית-מדרש; בערל חנהטשעס בלײַבט אַלײן. - צי האָב איך גערעדט מיט װאָלפֿן? און װאָס האָב איך מיט אים אַזױנס גערעדט? װאָס איז ער אַנטלאָפֿן? װי בין איך אַרױסגעגאַנגען? האַ? װאָס טוט בײַ מיך אין האַנט דאָס קניפּיקל? ער װוּנדערט זיך שטאַרק, און נאָך מער, בפֿרט, אַז ער דערזעט, אַז ער האָט זיך דורכגעשניטן די כאָליעװע. ער װערט בײז. - בערל בטלן! דו אַלײן האָסט צעשניטן דײַן כאָליעװע! דו האָסט אַנדערע כאָליעװעס? טײַבעלע װעט דיר װײַטער שענקן אַ פּאָר שטיװל? זי האָט װײניק געלעזט פֿאַר יענע שטיװל! זעסטו, בטלן, זעסטו, משוגע, זעסט, עס איז עמעץ אין דיר און נישט דו! זעסט? - לאָמיך נאָר אַלײן זען, װי דו זעסט אױס, חמור, װאָס לאָזט זיך די שטיװל צעשנײַדן! לאָמיך דיך אָנקוקן, בטלן! ער לױפֿט צום כּיור, כאַפּט די שמאַטע אַראָפּ פֿון קאָפּ און הײבט אָן רײַבן און פּוצן דאָס מעש. - איך זע דיך אַ ביסל, בטלן, - װאַרט, װאַרט, איך װעל דיך נאָך בעסער זען. איך װעל דײַן גאַנץ טרפֿה פּרצוף זען, דײַן חמור-קאָפּ!... ער לאָזט זיך אַראָפּ אױף די קני און רײַבט מיטן גאַנצן כּוח. ער בלײַבט דאָך פּלוצלונג שטײן. - װער פּוצט דעם כּיור? װער? איך? איך האָב כּוח? איך האָב דען הײַנט געגעסן, נעכטן געגעסן? װאָס איז הײַנט? דינסטיק! מאָנטיק און דינסטיק האָב איך דאָך נישט קײן טעג. װער רײַבט?! ער האָט זיך צוריק צוגעכאַפּט צו דער אַרבעט. - זאָל רײַבן װער עס װיל, איך, צי דער פֿױגל, צי דער טױב. דער יצר- הרע, צי דער יצר-טובֿ, נאָר דײַן בטלניש טרפֿה פּרצוף מוז איך זען! באַלד, באַלד! און אױף אַ מאָל! ער פֿאַרמאַכט די אױגן און רײַבט װײַטער אַ װײַלע מיט כּוח. דערנאָך עפֿענט ער די אױגן און דערזעט זיך. - כאַ, כאַ, כאַ! אַזױ זע איך אױס, אַ מת, אַ רײנער מת! צו נעמען אױף דער טהרה-ברעט, צו לײגן שערבלעך אױף די אױגן! - זעסט, טײַבעלע, װי איך זע אױס! זעסט! און אַזױ זע איך אױס, װען דו דערלאַנגסט מיר אַלע מאָל אַ שטיקל ברױט... אַנישט, װי װאָלט איך נאָך אױסגעזען? ער פֿאַרטראַכט זיך, און דערמאָנט זיך װײַטער. - אַ מת! דאָס בין איך, יאָ, יאָ! דאָס איז בערל בטלן, בערל יתום, בערל משוגע! אָט דאָס! דאָס! און װער בין איך פֿאָרט? ער קוקט אױפֿן כּיור און קוקט אױף זיך. דאָרטן זעט מען נישט די צעריסענע כאָליעװעס! װוּנדערט ער זיך און װערט בײז. - אַ מכּה דיר! - שרײַט ער פּלוצלונג אױס - אַ מכּה דיר, דו כּיור-מענטש! דו דאַרפֿסט אױך האָבן צעריסענע כאָליעװעס! אַז איך האָב, דאַרפֿסטו אױך האָבן! ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט מער אױף דער פּאָדלאָגע, אָנגעשפּאַרט דעם קאָפּ אױף דער ערד און אַרײַנגעשטופּט די פֿיס אין כּיור. - איך זע נישט, נאָר דו האָסט, דו האָסט צעריסענע כאָליעװעס! זעסט!... אױפֿצוהײבן זיך איז אים שױן שװער. עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז דער מענטש אינעם כּיור האַלט אים צו בײַ די פֿיס; ער האָט זײ דאָך אָפּגעריסן, אױפֿגעהײבן זיך, אַ ביסל פֿאַרװוּנדערט, אַ ביסל דערשראָקן. - כּיור-מענטש! בטלן! - האָט ער זיך גערײצט און פֿאָרט מורא געהאַט צו קוקן אין כּיור אַרײַן. ער איז צוגעלאָפֿן צום אױװן, אָנגענומען אױף די הענט קאַלך און פֿאַרשמירט דעם כּיור. - ליג דאָרט אין דער קרענק, קוק נישט אַרױס! דער קאָפּ האָט אים אָנגעהױבן שטאַרק װײ טון און די פֿיס האָבן אים געבראָכן, ער האָט זיך װײַטער פֿאַרטראַכט. - לאָמיך נאָר עפּעס דערמאָנען... - אַצינד טוט מיר װײ דער קאָפּ... אַז דער רוצח שלאָגט טײַבעלען טוט מיר װײ דאָס האַרץ... עס ברעכן מיר די פֿיס. אַז איך גיב מיר אַ קניפּ אין באַק, פֿלאַמט מיר די באַק, װײַל איך האָב אַ באַק, איך האָב הענט און פֿיס, איך האָב אַ קאָפּ מיט אַ האַרץ און האָב אפֿשר אַ נשמה אױך - אַלץ האָב איך. נאָר װאָס בין איך אַלײן? נישט די באַק, די פֿיס, נישט דאָס האַרץ, נישט דער קאָפּ, נישט די נשמה. װאָס דען? גאָרנישט... - איך זאָל מיך קאָנען מאבד עצמו לדעת זײַן, און אַלײן זען, װאָס עס װעט זײַן, װאָס עס װעט בלײַבן, אַז עס װעט אַװעקפֿאַלן דער קאָפּ, די הענט, די פֿיס, די באַקן, די צעריסענע כאָליעװעס... דעמאָלט װאָלט איך אפֿשר עפּעס געװוּסט? צי װאָלט נישט אַ יושר געװען צו פּרוּװן... - װען זי זאָל נאָר הײסן! אפֿשר װאָלט איך עס בײַ אים געפּרוּװט? _______________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון בעריש גאָלדשטײן, לעאָנאַרד פּראַגער, נח מילער און רפֿאל פֿינקל. Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved