יצחק-לײב פּרץ ר' יוחנן גבאי ( אַ מעשהלע) מיד, אָנגעהאָרעװעט פֿון קהלישער אַרבעט, איז ר' יוחנן גבאי געקומען אַהײם. אין דער קיך איז אים שױן אַקעגנגעקומען דער ריח פֿון עסן, פֿונעם פֿלײש און די געקאָכטע עפּל. און ער איז שנעל געגאַנגען װײַטער אין דעם צװײטן צימער אַרײַן, דאָרט האָט אים אָבער דאָס װײַב זײַנס, סאָשע, נישט פֿרײַנטלעך אױפֿגענומען. - בטלן! - האָט זי געשריגן מיט געבײזער װי דער גבאי האָט זיך נאָר געװיזן אױף דער שװעל. - װאָס בײזערסטו דיך אַזױ?- האָט זי דער גבאי געפֿרעגט, װערנד ער האָט זיך אַנידערגעזעצט אױף אַ בענקל אָפּרוען. - ער פֿרעגט נאָך, װאָס איך בײזער מיך! תּמיד ביסטו פֿאַרנומען מיט קהל-זאַכן און װעסטו, בטלן, עפּעס טון פֿאַר דיר? - פֿאַר מיר? - האָט זיך דער גבאי געװוּנדערט - װאָס האָב איך דען פֿאַר מיר צו טון? אונדזערע קינדער זענען שױן, ברוך-השם, זעלבסטשטענדיקע מענטשן און אונדז אַלײן, דאַכט זיך, פֿעלט אױך גאָרנישט... און װאָס האָב איך צו טון? - אַרומקוקענדיק זיך אין שטוב, גיט ער נאָך צו: דאָס בעט זע איך צוגעבעט אָן מיר, די כּלים זענען אױסגעפּוצט אָן מײַן הילף; די װענט האָב איך אַפֿילו נישט אָנגערירט און איך זע דאָך נישט אױף זײ קײן פּיצל שפּינװעבס. דער טיש איז שױן צוגעגרײט. דאָס טישטעך איז װײַס װי שנײ, די גאָפּל-מעסער און די לעפֿל בלישטשען װי גאָלד. איך זע אױך אַ געמאַכטן רעטעך, אַ ביסל געריבענעם כרײן, אַ פֿלעשל בראָנפֿן... - הער שױן אױף מיט דײַנע גרײמען און גײ דיך בעסער װאַשן! - נײן, סאָשע, איך װעל מיך נישט פֿריִער גײן װאַשן, ביז דו װעסט נישט אַלײן מודה זײַן, אַז איך בין גערעכט. דאָ אין דער הײם האָב איך גאָרנישט װאָס צו טון, אָבער דאָרט אין דעם בית-מדרש האָב איך אַ סך צו טון, װײַל װער װעט זיך דערמאָנען אָפּגעבן, אַז נישט איך? אפֿשר יאָסקע קרעמער, װאָס האָט נישט קײן מאָל קײן צײַט אַפֿילו צו עסן? צי אפֿשר יחיאל דער דאָרפגײער, װאָס גײט אַװעק פֿון דער הײם שבת-צו-נאַכטס תּיכּף נאָך הבֿדלה און קומט אַהײם ערשט פֿרײַטיק אין דער שפּעט? צי אפֿשר ראובֿן פּראָצענטניק, װאָס לױפֿט זיך אָן אַ גאַנצן טאָג צװישן די אָרעמע לײַט, צוזאַמענצונעמען די עטלעכע זעקסערלעך פּראָצענט? אָדער אפֿשר אײנער פֿון די אָרעמע בעלי-מלאָכות, װאָס מוזן נעבעך שװער און ביטער אַרבעטן אױף פּרנסה? - לאָמיך שױן געמאַך! איך בין שױן נישט בײז... - שאַדט נישט. איך װײס, אַז דו ביסט שױן נישט בײז. איך װיל דיר נאָך באַװײַזן, אַז איך טו פֿאַר מײַנעטװעגן אױך. אָט קוק, סאָשע, קוק אָן מײַן װײַסע באָרד און פּאות! מײן נישט, אַז איך בין נאָך אַ יונגער מענטש. מען מוז זיך שױן טאַקע אָנגרײטן אין װעג אַרײַן... - אין װעג אַרײַן? װאָס פֿאַר אַ װעג? - פֿרעגט סאָשע פֿאַרװוּנדערט. זי האָט זיך אָבער באַלד געכאַפּט, װאָס ער מײנט און האָט אױסגערופֿן מיט שרעק: חס-ושלום! חס-ושלום! רעד נישט, רעד נישט! אַל תּפֿתּך פה לשׂטן! - האָב נישט קײן מורא, סאָשע. דו ביסט שױן אױך עלטער פֿון 20 יאָר... און װאָס װעלן מיר טון, אַז מען װעט אונדז דאָרט פֿרעגן, װאָס מיר האָבן אַזױנס געטון אױף דער װעלט? װאָס װעלן מיר אױף דעם ענטפֿערן? אפֿשר װעלן מיר זאָגן, אַז מיר האָבן דאָ געגעסן און געטרונקן? און װאָס װעט דער אײבערשטער זאָגן? דו, למשל, װעסט דיך נאָך קענען באַרימען, אַז דו האָסט עוסק געװען מיט הכנסת-כּלה... - זײַ שטיל!-בעט זיך סאָשע. זי האָט מורא, עס װעט איר שאַטן צום שׂכר אױף יענער װעלט. - איבער דעם װיל איך אױך טון עפּעס גוטס... - זײער גוט, זײער גוט. טו װי דו װילסט. גײ דיך נאָר װאַשן... - נאָך עפּעס - זאָגט דער גבאי װײַטער - געדענקסט נאָך, סאָשע, דאָס זײַדענע חופּה-קלײד דײַנס מיט די זילבערנע פּאַסן? - צי איך געדענק! - אפֿשר װאָלסטו עס געגעבן אױף אַ פּרוכת? - זײער גוט. איך גײ שױן... - װאַרט, סאָשע-לעבן, איך האָב עס שױן אַלײן גענומען. עס הענגט שױן אױפֿן אָרון-קודש! - גנבֿ! - שמײכלט סאָשע. אַצינד ערשט גײט זיך ר' יוחנן װאַשן און עסן מיט אַפּעטיט. בענטשט און גײט שלאָפֿן. ____________ ר' יוחנן גבאי איז אַנטשלאָפֿן געװאָרן, און זײַן נשמה איז געפֿלױגן אין הימל אַרײַן, און האָט דאָרט אײַנגעשריבן אינעם בוך צװישן די מצוות: ״איך, יוחנן בן-שׂרה, האָב געאַרבעט אַ גאַנצן טאָג אַ הײליקע אַרבעט, איך האָב מיר אין זין געהאַט: איך און מײַן װײַב סאָשע זיצן אין אַ שײן הױז, בשעת גאָטס הױז, דאָס הײליקע בית-מדרש, איז בױ-פֿעליק און באַדאַרף אַ רעפּאַראַציִע. איך האָב איבער דעם געדונגען בעלי-מלאכות, דאָס הױז צו רעפּאַרירן. הײַנט האָט מען אױך געבראַכט צװײ נײַע בענק און אַ נײַעם טיש. איך האָב אױך געהײסן רײניקן די פּאָדלאָגע, די װענט און אַלע כּלי-קודש. איך האָב אױך אַנידערגעשטעלט אַ נײַעם לײַכטער פֿאַרן עמוד בײַ דער מזרח-װאַנט. אױף דעם איז געװען אין דער קאַסע בסך-הכּל 300 גילדן, דאָס איבעריקע האָב איך געמוזט דערלײגן פֿון מײַן קעשענע - 45 גילדן מיט 18 גרושן. אױפֿן חשבון פֿון מײַן װײַב סאָשע האָב איך געלאָזט מאַכן דאָס זײַדענע פּרוכת, חוץ הכנסת-כּלה, װאָס זי באַשעפֿטיקט זיך דערמיט. גאָט זאָל עס איר געדענקן צום גוטן! אין בית-מדרש איז אַלצדינג געענדיקט געװאָרן גאַנץ גוט. און איך האָב אָנגעזאָגט דעם שמשׂ, ער זאָל, חלילה וחלילה, נישט מער אַרײַנלאָזן קײנעם נעכטיקן אין בית-מדרש, גאָטס הױז זאָל נישט מער זײַן קײן שלאָפֿשטוב פֿאַר ״אָרחי-פרחי״. ער זאָל געדענקן צו פֿאַרשליסן בײַנאַכט דאָס בית-מדרש״... ר' יוחנן גבאיס נשמה האָט נאָך אַלץ געשריבן, איז געקומען צו פֿליִען אַן אַנדערע נשמה און האָט אײַנגעשריבן אין איר בוך די דאָזיקע װערטער: ״איך, בערל בן-יהודית, בין שױן אַ זיבעציקער. אַזױ לאַנג װי איך האָב נאָר געהאַט כּוח, האָב איך געאַרבעט אױף פּרנסה. װי איך בין אָבער אַלט געװאָרן און האָב פֿאַרלױרן דעם כּוח, האָב איך שױן מער נישט געקענט פֿאַרדינען, און האָב געמוזט אָנהײבן גײן אין די הײַזער. תּחילת איז מיר אַפֿילו נישט שלעכט געװען. איך האָב שטענדיק געהאַט צו עסן. די בעל-הבתּים האָבן מיך גוט געקענט און האָבן מיך געשטיצט. לאַנגזאַם בין איך זײ אָבער נימאס געװאָרן, און מען האָט מיר שױן זעלטענער דערלאַנגט אַ שטיקל ברױט! מאַנכעס מאָל - אַ טרוקנס, װאָס איך האָב עס אַפֿילו נישט געקענט צעקײַען, װײַל איך האָב נישט מער קײן צײן...איך האָב אײַנגעזען, אַז איך װעל מוזן אין מײַן שטאָט שטאַרבן פֿאַר הונגער, האָב איך מיך אַװעקגעלאָזט פֿון מײַן שטאָט און בין דאָ אַהערגעקומען. די קעלט איז געװען זײער גרױס, און איך האָב געװאָלט גײן אין בית-מדרש אַרײַן נעכטיקן, אַזױ װי מען איז זיך געװײנטלעך נוהג בײַ ייִדן. דער שמשׂ האָט אָבער פֿאַרשלאָסן די טיר, און האָט מיך נישט אַרײַנגעלאָזט. דער גבאי האָט אים אָנגעזאָגט, ער זאָל נישט לאָזן קײנעם נעכטיקן אין בית-מדרש, גאָטס הױז זאָל נישט װערן קײן אַכסניא...אַצינד שלאָף איך אױף דעם גאַס און די קעלט פּרעסט מיר אַרױס דעם מאַרך פֿון די אַלטע פֿאַרדאַרטע בײנער מײַנע. איך בין הונגעריק און עס איז מיר שרעקלעך קאַלט...פֿרעג איך דיך, רבונו של עולם, װער באַדאַרף גיכער האָבן דאָס בית-מדרש, דו אָדער איך?״ ___________ און עס איז אַרױס אַ בת-קול פֿון הימל: ״רופֿט בײדע צום בית-דין של מעלה!״ און צומאָרגנס אין דער פֿרי האָט מען געפֿונען טױט: דעם גבאי ר' יוחנן בײַ זיך אין דער הײם אױפֿן בעט; און אַן אַלטן אָרעמאַן - געפֿרױרן אױף דער גאַס נעבן דעם בית-מדרש... _______________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון משה פֿעלער, לעאָנאַרד פּראַגער, נח מילער און רפֿאל פֿינקל. Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved