ל. שאַפּיראָ געגעסענע טעג א. איך האָב דעמאָלט ״געגעסן טעג,״ און מיר האָט געפֿעלט אַ דינסטאָג. - דער פֿולער נאָמען פֿון שטעטל איז געװען זאַהאָריע-װיטראַק, צוליב די װינטמילן אױף די אַרומיקע בערג, נאָר ייִדן האָבן עס גערופֿן בקצור: זאַהאָריע. אַז איך בין אַרױס אין גאַס דעם ערשטן נאָכמיטאָג פֿון מײַן קומען אַהין, איז דאָס שטעטל געליגן פֿאַרטשאַדעט אונטער דער תּמוזדיקער זון. ייִדן און ייִדענעס האָבן געדרימלט אין די טירן פֿון די קראָמען. בײַם פֿלײשמאַרק זענען הינט געליגן מיט אַרױסגעשטרעקטע צונגען, האָבן געאָטעמט לאַנגזאַם און טיף געקוקט מיט פֿאַרגלעזערטע אױגן אָן אינטערעס אױף דער װעלט און אפֿילו אױף די בלוטיקע זײַטן פֿלײש אין די פֿענצטערלעכער פֿון די יאַטקעס. איבערן מאַרק האָבן געל געגליט בינטלעך און לאָקן שטרױ פֿונעם לעצטן מאַרקטאָג װאָס דער װינט, דער משגיח אױף רײנקײט אין שטאָט, האָט נאָך נישט באַװיזן אַװעקצונעמען. אױף דער ״פּריצישער״ גאַס זענען אַלע לאָדנס געװען פֿאַרמאַכט - לאָדנס גרױע, װײַסע, גרינע, אַלערלײ לאָדנס, אַ לאַנגע צײַל פֿון פֿאַרהאַקטע לאָדנס. עס איז געװען אַזױ שטיל, אַז זאַהאָריע האָט אױסגעקוקט װי אַ שטאָט אין אַ חלום, און איך האָב מיט דאָרשט געטרונקען די נײַקײט. ב. - די ישיבֿה,- זאָגט מיר דער באַרדיטשעװער,- איז געװען אַ מאָל גאָר אַ גרױסע ישיבֿה. געפֿינען געפֿינט זי זיך אינעם רבינס קלױז, איבער דער עזרת-נשים: די הינטערשטע העלפֿט פֿון דער הױכער קלױז איז געטײלט אין צװײ גאָרן, און אינעם אױבערשטן גאָרן, מיט אַ באַזונדערער דרױסנדיקער טרעפּ, לערנען מיר. דאָס איז אַ לאַנגער, שמאָלער חדר װאָס לױפֿט אין דער ברײט פֿון דער קלױז, מיט אַ צענדליק פֿענצטער אין דרײַ פֿון די װענט. אין דער פֿערטער װאַנט קוקט אַ קלײן אָפֿן פֿענצטערל, פּשוט אַ לאָך, גלײַך צום ארון-קודש. עס זענען פֿאַראַן צװײ לאַנגע טישן פֿאַרן שיִעור און אַ טוץ סטענדערס װוּ די עלטערע בחורים לערנען ביחידות. בײַ די װענט און בײַ די גרױסע טישן ציִען זיך לאַנגע בענק, און עטלעכע בחורים - איך צװישן זײ - װאָס האָבן נישט קײן פּלעצער אין שטאָט שלאָפֿן אױף זײ. - אַן אַנדער בחור, דער סטאַװיסקער, האָט מיך אָפּגערופֿן אָן אַ זײַט, האָט אױפֿגעהױבן אַ פֿינגער און מיר געגעבן צו פֿאַרשטײן: די ישיבֿה, אָט װי דו קוקסט זי אָן, איז געװען אַ מאָל גאָר אַ גרױסע ישיבֿה. הונדערט און פֿופֿציק בחורים האָבן דאָ עוסק-בתּורה געװען יומם-ולילה. די ישיבֿה איז נאָך דעמאָלט געװען אינעם בנין װאָס ס'איז איצט די קאַלטע שול. און אפֿילו שױן שפּעטער פֿאַר די ערשטע יאָרן פֿון ניסל דיין, װען ער האָט נאָך נישט אַזױ שטאַרק געטרונקען, פֿלעגן פֿון זעכציק ביז אַכציק תּלמידים זיצן בײַם שיִעור. הונדערט און פֿופֿציק, אַכציק, זעכציק, - איצט זענען מיר אַ דרײַ-פֿיר און צװאַנציק פּאַרשױן בײַ אַלע טישן און סטענדערס. די ישיבֿה זינקט שױן עטלעכע יאָר, פֿאַלט נידריקער און נידריקער - קײנער װײסט נישט פֿאַר װאָס. די שטאָט האָט אונדז פֿײַנט. זי גלױבט ניט נישט אין אונדזער תּורה, נישט אין אונדזער יראת-שמים. מיר זענען שװער אױף איר, װי ס'איז שװער אױף די אַרומיקע אַן אַלטער, לאַנג-אָנענדיקער חולה, װאָס פֿױלט פֿאַר אַלעמען אין די אױגן און שטאַרבן שטאַרבט ער ניט. די שטאָט האָט נישט קײן חשק צו נעמען אונדז צו זיך צום טיש, און װער עס קאָן נאָר פּאַטערט אָפּ דעם חובֿ מיט אַ פּאָר פּרוטות, אַזױ אַז בײַ אַ סך בחורים פֿעלן אױס טעג, און אין יענע טעג קריגן זײ פֿונעם משגיח צו זיבן קאָפּעקעס אױף דער אכילה. מיטן שלאָפֿן איז ערגער, און מיט אַ העמד אױף שבת - נאָך ערגער. ג. דער קרוטאָהאָרער רעדט צו מיר פֿאַרטרױלעך: - דו מײנסט, אונדזער ישיבֿה איז אַלע מאָל געװען אָט-אַזױ-אָ װי דו זעסט זי איצט? האָסט באַדאַרפֿט זײַן דאָ מיט יאָרן צוריק, װאָלסטו געזען... ער אױך? װאָס גײט אים אָן די ישיבֿה? דער קרוטאָהאָרער איז אַ גרױסער, געזונטער בחור מיט אַ גלאַטן װײַבערשן פּנים אָן אַ סימן פֿון אַ באָרד אָדער װאָנצעס, מיט גרױסע װאַסעריקע אַרױסגעשטאַרצטע אױגן, און מיט אַ קינדישן שמײכל אױף די רױטע, פֿלײשיקע קישקעלעך-ליפּן . ער האָט אפֿילו נישט-קײן-שלעכטן קאָפּ, נאָר לערנען הױבט ער נישט אָן צו װעלן. דערפֿאַר אָבער צײכנט ער זיך אױס דערמיט װאָס ער קאָן נישט רעדן קײן צװײ מינוט אַז ער זאָל נישט אַריבערגײן אױף ניבול-פּה. ער איז עפּעס אַ שלאָגנדיקער קװאַל פֿון מעשׂיות, רעטענישן, גלײַכװערטלעך, װאָס אין יעדן פֿון זײ איז באַהאַלטן, אונטערן פּשט, אַ רמז אױפֿן ענין זכר-ונקבֿה. זײַנע מעשׂיות זענען עפּעס פּריקרע - אױסגעפּשטלטע, אױסגעזױגענע פֿון פֿינגער, אָן תּאװה און אפֿילו אָן אָפֿענע גראָבע רײד, נאָר שטענדיק רמזים און לשון-נופֿל-על-לשון, אי אַהער אי אַהין, װאָס אַז דו װילסט איז אין זײ פֿאַראַן אַ מײן, נאָר אַ מיאוסער מײן, און אַז דו װילסט איז אין זײ גאָרנישט נישטאָ, נאָר דאָס זענען זיך גלאַט מעשׂיות אין דער װעלט אַרײַן. איז טאָמער װאָלסטו בײַ זיך געפּועלט אַז דער בחור מײנט חלילה ניט קײן אױבערשפּיצלעך, רעדט ער אָבער אַזױ קאַלטבלוטיק - שױן צו קאַלטבלוטיק, און דאָס קינדישע שמײכעלע אױף די פֿײַכטע, רױטע קישקעלעך איז שױן עפּעס צו קינדיש, און דו דערפֿילסט זיך אָפּגענאַרט און אױסגעלאַכט, און װערסט בײז, און ער, דער תּם, פֿאַרשטײט נישט װאָס דו ביזט אין כּעס, אַז סך-הכּל האָט ער גאָרנישט ניט געמײנט, און אַז - ״שאַ, װאָס דאַרפֿסטו מער? אָט װעל איך דיר דערצײלן אַ חידוש נפֿלא״... דער קרוטאָהאָרער אַלײן האָט שױן אױך אַ תּלמיד מובֿהק, אַ שטאָטיש ייִנגל פֿון אַ יאָר פֿערצן, חייִמל אריה-לײבס - קנעלט ער מיט אים הילכות ניבול-פּה. חייִמל האָט אַ װױל קעפּל, האָט אױך ליב אַ שװער שטיקל גמרא אָדער אַ טיפֿע סבֿרא פֿון די מפֿרשים, - נאָר דער קרוטאָהאָרער פֿירט אים אַראָפּ פֿון דרך, און דאָס ייִנגל הירזשעט װי אַ לאָשעקל פֿון יענעמס מעשׂיות און פּרוּװט אפֿילו אַלײן אַ מאָל אױסטײַטשן אַ פּסוק אָדער אַ מאמר חז״ל אַזױ, אַז עס איבלט מיך. זײ בײדע דערגײן די יאָר דעם ״װאַרשעװער.״ - ד. דער װאַרשעװער איז נישט פֿון װאַרשע. איזן איז ער פֿון אַ שטעטל ערגעץ אין פּױלן װאָס האַלט זיך ניט אין זכּרון, רופֿט מען אים אױף דער שטאָט װאָס געדענקט זיך יאָ. װי קומט ער אַהער אַזש פֿון פּױלן? װײסט קײנער ניט, און מ'דערפֿרעגט זיך נישט שטאַרק. קײנער פֿון די פֿרעמדע האָט נישט ליב פֿיל צו רעדן װעגן דעם פֿון װאַנען ער קומט אָדער װעמעס ער איז, - מסתּמא נישטאָ נאָך װאָס צו בענקן אָדער צו געדענקען. דער װאַרשעװער איז דער עלצטער בחור אין דער ישיבֿה - װײַט אַריבער דרײַסיק. ער איז שמאָל און מאָגער, און נישט אַזױ אַ הױכער װי אַ לאַנגער. זײַנע באַקן זענען באַשאָטן מיט פּרישטשעס, די אױגן זענען שװאַרץ און גליִען װי אין קדחת. די באָרד װאַקסט אים אױפֿן האַלדז - נאָר אױפֿן האַלדז - און אױפֿן קאָפּ טראָגט ער אַ שמאָל פּױליש היטעלע, דאָס אײנציקע היטעלע אין שטאָט מיט אַ שמאָלן ״דענעק״. ער האָט אַ ״שװערן קאָפּ,״ דערפֿאַר אָבער איז ער אַ גרױסער משׂמיד און זײער פֿרום. ער לערנט שטענדיק, מ'זעט אים כּמעט קײן מאָל נישט אָן אַ ספֿר אין האַנט, און לערנען לערנט ער אױפֿן קול, מיט זײַן טשיקאַװן פּױלישן ניגון, און שאָקלט זיך דערבײַ שטאַרק מיט פֿאַרמאַכטע אױגן, װעלכע ער עפֿנט נאָר פֿון צײַט צו צײַט אױף צו כאַפּן אַ קוק אין דער גמרא. ער איז זיך אָפֿט טובֿל אין דער מקװה, פֿון די צװײ טעג װאָס פֿעלן אים אױס האָט ער געמאַכט באַשטענדיקע תּעניתים, און חבֿרה זאָגן אַז ער פּײַניקט זײַן גוף עפּעס נאָך אױף אַנדערע אופֿנים. דער קרוטאָהאָרער האָט זיך אָנגעזעצט אױפֿן װאַרשעװער, און חייִמל איז נישט אָפּגעשטאַנען פֿון זײַן רבין. זײער עובֿדא איז געװען אַװעקצושטעלן זיך נישט װײַט פֿון זײַן סטענדער און נעמען לערנען אַ מאמר, למשל, פֿון מסכתא שבת, און צעלײגן אים אױף טעלערלעך אױף זײער שטײגער. דער װאַרשעװער פּרוּװט זיך פֿאַרשטעלן בײדע אױערן, אָבער דעמאָלט הערט ער ניט זײַן אײגענעם ניגון, און אָן דעם ניגון פֿאַרשטײט ער שױן גאָר גאָרנישט װאָס ער לערנט. ער שרײַט: ״מנובֿלים! נואפֿים! משומדים!״ סטראַשעט ער װעט דערצײלן ר' זלמן משגיח, זידלט זיך אױף זײַן פּױלישן ייִדיש - און זײ שטײען און דרשענען װי ניט זײ מײנט מען און אַזױ װי שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין אַ שװער שטיקל גמרא. סוף-כּל-סוף לױפֿט דער װאַרשעװער אַרױס פֿון קלױז מיט ברענענדיקע אױגן און ליפּן פֿאַרקרימט פֿון יסורים. ה. דעם שיִעור פֿאַר אונדז זאָגט ניסל דיין. - ניסל דיין זעט נישט אױס װי קײן ייִד. זײַן שװערער, קלאָציקער גוף, די איבערגעהאָנגענע ״רבנישע״ ברעמען און די רױטע נאָז מיט די בלױע אָדערלעך גיבן אים צו דעם אָנבליק פֿון אַן אַלטן קאַצאַפּ - פֿון די װאָס גײען אױף די פּליטן איבערן טײַך. איבער דער דרױסנדיקער פֿלאַך פֿון זײַן לינקער האַנט איז זיך צעלאָפֿן אַ רױטער לישײַ װי אַ קופּערנער דרײַער די גרױס. בײַם לערנען זיצט ער מיט אָט דער האַנט אונטער דער סלאַװיטער גמרא, מיט אַ קלײנער יאַרמלקע ערגעץ דאָרטן װײַט איבערן נאַקן, און מיט ברילן אױף דער נאָז. די בחורים רעדן עפּעס מיט אַ האַלבן מױל, װי זײ װאָלטן אַלײן זײַן מבֿולבל אין מוחות בנוגע דעם דאָזיקן ייִדן. איזן איז ער אַ גרױסער שיכּור - אַ ייִדישער שיכּור, פֿאַרשטײט זיך: װאַלגערט זיך נישט אין די גאַסן - טרינקט װוּ בײַ גאָט אַ טאָג, מיט אָדער אָן אַ יאָרצײַט, און גײט אַרום פֿאַרװאָלקנט, פֿאַרטאָן אין זיך און גלײַכגילטיק צום לערנען װי צו די תּלמידים. עס טרעפֿט אַ מאָל אַז ער קומט צום שיִעור פֿאַרקנאַקט מער װי געװײנטלעך - דעמאָלט שפּרינגען מיר אױף די בענק פֿון התפּעלות: שאַרפֿע המצאות, פּשטלעך, חידושים, טיפֿע הערות שפּריצן פֿון זײַן מױל װי פֿונקען פֿײַער. טאָמער אָבער האָט זיך אים חלילה - אײן מאָל אין אַ שמיטה - געמאַכט צו בלײַבן אין גאַנצן ניכטער, איז שװער געװען פֿון אים איבערצוטראָגן: ער האָט אַלעמען געזידלט, געשאָלטן, געשאָטן מיט שטעכװערטלעך, בײזע, געמײנע, שלעכטע - זיך אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ רשע מרושע. קײן דיין איז ער שױן לאַנג ניט געװען. ער האָט בלױז געהאַט דעם שיִעור אין דער ישיבֿה, און צװײ שעה אַ טאָג האָט ער געלערנט מיטן גבֿירס נײַעם אײדעם. צוליב זײַן שאַרפֿער צונג איז ער געװען פֿאַרקריגט מיט אַ האַלבער שטאָט און מיטן רבינס הױף איז ער געװען אױף מעסערשטעך. די חסידים האָבן געהאַט אױף אים אַ חשד אַז ער שטאַמט פֿון דער ליטע. האָט טאַקע שטאָט געקװעטשט אױף אים מיט די אַקסלען: אַז אַ מענטש שטאַמט פֿון דער ליטע! אױסער אין די זעלטענע פֿאַלן פֿון אַ געהױבענער מדרגה פֿון שיכּרות, האָבן אים די לימודים אין דער ישיבֿה קנאַפּ אינטערעסירט. לסוף איז ער געפֿאַלן אױף אַ המצאה: זאָל מען חזרן אױף אױסװײניק. אין אַנדערע ישיבֿות זענען פֿאַראַן בחורים װאָס קענען הונדערטער בלעטער גמרא אױף אױסװײניק. ״אָט דאָס הײסט לומדישע קעפּ!״ האָט ער צוגעגעבן און געקוקט אַזױ שפּיציק מיט זײַנע קלײנע בײזע אײגעלעך, אַז מ'האָט נישט געקאָנט דערגײן צי ער זאָגט עס לשבֿח צי ער מאַכט חוזק. זאָל מען זיך, פֿאַר אַ התחלה, נעמען צו די ״בבֿות״. ס'איז נישט שװער און אױך נישט צו גרינג. אַזױ אַרום האָט ער געהאַט די ברירה צו זאָגן אַן אמתן שיִעור און עפּעס מחדש זײַן נאָר דעמאָלט, װען אים האָט זיך געװאָלט. ו. בײַ די נעכט פֿלעגן מיר הערן די פּאַראָכאָדן פֿאַרבײַגײן אױפֿן טײַך אַ װערסט פֿון שטאָט. די פֿון אונדז װאָס פֿלעגן שלאָפֿן אין קלױז האָבן שױן געקאָנט דערקענען די שטימען פֿון די שיפֿן װאָס האָבן באַדינט אונדזער טײל פֿון טײַך. - ״אימפּעראַטאָר״ - פֿלעגט עמיצער באַמערקן פֿון אַ װײַטער באַנק און אַ גלי טאָן אין דער פֿינצטער מיט זײַן ציגאַר-טיטון. דאָס - בײַ אַ קורצן װאָגיקן פֿײַף, מעשׂה תּקיף און סאָלידער בעל-הבית. ״אימפּעראַטאָר״ איז געװען די נײַסטע שיף דאָ אױפֿן טײַך, געבױט ערגעץ אין אױסלאַנד און מיט די נײַסטע אײַנריכטונג. ״פֿי-פֿי-אײַ-אײַ״ - שנײַדיק, שמײַדיק און לײַכטזיניק ביז גאָר, און עמעצער פֿון אונדז דערקלערט מיט אַ שמײכל, אַז דאָס איז ״פּושקין,״ אַ קלײן פּאַראָכאָדל, שמאָל, לאַנג און פֿלינק אױף דער פּען. אַ ברײטער, גאָרגלדיקער אױסגעשרײ, געצױגן און הײזעריק, װי פֿון אַ חיה אין יסורים, איז דער טײַטש די ״דיערזשאַװאַ,״ דאָס עלצטע און גרעסטע שיף, ברײטבײנעריק, אומגעלומפּערט, פֿאַרשלאָפֿן און לאַנגזאַם. אין דער שטילקײט פֿון דער נאַכט, נאָך דעם װי דער ערשטער פֿײַף האָט אױפֿגעשפּיצט דאָס אױער, האָט מען דײַטלעך געקאָנט הערן װי דער פּאַראָכאָד דערנענטערט זיך צו אונדזער סטאַנציע, װי ער פּאַטשט מיט די רעדער איבערן װאַסער, פֿאַרלאַנגזאַמט דעם גאַנג און פֿאַרשטומט. מיר האַלטן אײַן דעם אָטעם, און ״זעען״ דאָס באַלױכטענע שיף, די שמוציקע פּריסטאַן, די מענטשן װאָס לױפֿן אױף און אָפּ איבערן הענגבריקל צום שיף, דעם פֿרעמדן און פֿרײלעכן טומל. אין צװײ מינוט אַרום - אַ צװײטער פֿײַף און באַלד אַ דריטער, און דאָס אױער כאַפּט אױף דאָס סאָפּן פֿון דער פּאַרע, דאָס באַנײַטע גערױש פֿון די רעדער, שנעלער -שטאַרקער - דרינגלעכער. בײַ אַ געװיסן פּונקט רײַסט זיך דאָס גערױש דורך צװישן די בערג פּאַזע טײַך מיט אַ באַזונדערער קלאָרקײט, מ'װאָלט געקאָנט שװערן - דאָס שיף גײט גלײַך אין שטאָט אַרײַן. תּיכף נאָך דעם פֿאַלט דאָס גערױש אַרונטער װי אונטער אַ טאָפּ: שװאַכער, װײַטער, שטילער. שאַ, אָט - נײן - יאָ - נײן - גאָרנישט. שטיל. עס שװײַגט זיך אַ היפּשע װײַלע. און כּמעט יעדעס מאָל פֿאָרט אַרױס דער קרוטאָהאָרער מיט, אַ שטײגער. - איך װעל דיך פֿרעגן אַ רעטעניש; - לאָז צורו! - װער איך זיך מיט פֿאַרדראָס. - מ'װײסט שױן דײַנע רעטענישן. - אַנו, אדרבה, טרעף. װאָס איז - אָבער לאָז אָפּ; אַן אַנדערש מאָל! - רײַסט זיך בײַ מיר אַרױס. - אַ מאָל גיט ער נאָך, און אַ מאָל נישט. ז. נישט גרינג און נישט מיט אַ מאָל האָב איך געקראָגן מײַנע ״טעג״. דער זונטאָג און דער מאָנטאָג האָבן זיך געביטן עטלעכע מאָל, און די מענטשן האָבן אױף מיר קײן רושם ניט איבערגעלאָזן. אַ מיטװאָך האָב איך געהאַט בײַ אַ קצבֿ, בוני דעם רױטן. ער האָט געהאַט שטעכיקע רױטע האָר אױפֿן פּנים כּמעט ביז די אױגן, אױגן גזלנישע און חוצפּהדיקע, און אַ גראָבע שטים. דער ייִד האָט אפֿילו דאַװנען ניט געקענט, און אין שטאָט האָט מען געזאָגט אױף אים אַז ער שלאָגט דאָס װײַב. צו װאָס, אַ שטײגער, האָט ער געדאַרפֿט אַ ישיבֿה-בחור בײַ זײַן טיש? ער האָט נאָך אַלײן אָפּגעשטעלט ר' זלמן משגיח אין גאַס און זיך געהײסן אַרײַנשיקן ״עמיצן״ פֿון די ״כניאָקעס״, װעט ער אים ״אָנשטאָפּן די קישקע״. װאָס איז שייך דעם עסן, איז דאָס געװען מײַן בעסטער טאָג. די בוניכע - אַ ייִדענע אַ שװאַרצחנעװדיקע, נאָר אַן אָפּגעלאָזענע - האָט פֿון קײן טישטוך ניט געװוּסט: גלײַך אױפֿן װײַסן הילצערנעם טיש פֿלעגט מען אַװעקלײגן אַ ברױט און אַװעקשטעלן אַ שיסל מיט געקעכץ - און עס װיפֿל דו װילסט. די מאכלים אַלײן זענען געװען שװערע, ״שטאָפּענדיקע״: געפֿילטע קישקע, אַ ״קיטניצע״, אַ באָרשטש מיט פֿעט פֿלײש, אַ שאָפֿן קעפּל, אַ פֿעטער, גליטשיקער האַלדז פֿון אַ ציגעלע. און בײַ בײדע מאָלצײַטן איז געװען פֿלײש. צו װאַרעמעס האָט מען געגעסן אַלע אין אײן צײַט און בײַ אײן טיש: בוני מיט דער בוניכע, איך, און זײער טאָכטער די בת-יחידה - אַ מײדל פֿון אַ יאָר זעכצען, מיט אַ גוף װאָס איז נאָר װאָס אַרױס פֿון די קינדישע יאָרן און מיט אַ פּנים פֿון אַ רביצין: װײַס און דורכזיכטיק, אַ ביסל קרענקלעך, מיט אַ גלײַכער נאָז און גרױסע, װי בײַ אַ קאַלב, שײַנענדיקע אױגן. אין אָװנט האָב איך בונין זעלטן געטראָפֿן אין דער הײם, און עמיצער פֿון די װײַבער פֿלעגט מיר דערלאַנגען עסן אַלײן.- אַ גאַנץ אַנדער הױז איז געװען איסר טאַבאַטשניקס, װוּ איך האָב געגעסן דאָנערשטאָג. געשטאַנען איז עס אױף דער אַנדערער זײַט מאַרק, שױן בײַם אָנהײב פֿון דער ״פּריצישער״ גאַס, האָט געהאַט געפֿאַרבטע דילן, שפּיצענע פֿאָרהאַנגען און װאַזאָנעס בײַ די פֿענצטער, און איז געװען בעל-הבתּיש מעבלירט. געלעבט האָט מען ברײטלעך, געהאַלטן אַ קעכין און אַ שיקסל צום קלענצטן קינד. דאָ האָט מען מיר געגרײט צום עסן בײַם ברעג פֿון אַ באַזונדערן טיש אין קיך, װוּ די קעכין האָט געטאַראַראַמט מיט די טעפּ, און מײַן צײַט האָט מען אײַנגעשטעלט אַ שעה נאָך זײער אײגענעם עסן. איסר טאַבאַטשניק האָט געמעקלערט אױפֿן גרױסן שניט: מיט תּבֿואה, מיט װאַלד, מיט בוריקעס פֿאַר צוקערזאַװאָדן. ער איז געװען אַן ״אָסאָבע״: הױך, מיט ברײטע פּלײצעס, אַ היפּשן בײַכל, אַ גלאַטן פּנים און מיט אַ שײנער טונקעלער צעקעמטער באָרד, געטראָגן אַ ציכטיקן סורדוט ביז די קני, װינטער אַ שװאַרצן און זומער אַ גרױען, און אַ װײכן קאַפּעליוש מיט אַ קנײטש איבער דער גאַנצער לענג. אַ מינע האָט ער געהאַט אַ װאַזשנע, און אַ װאָרט זײַנס איז געװען ״מיט גאָלד צוגלײַך״. אַ גדלן אַ ייִד. זײַן װײַב שײנע-לאה האָט געשטאַמט פֿון גרעסערן יחוס װי איר מאַן, האָט זיך געהאַלטן אײַנפֿאַכער און איז, קענטיק, געװען אַ גוטע. געװען אין הױז אַ מײדל פֿון אַ יאָר צװעלף, אַ מאָגערע, אַ שװאַרצע, אַ מיאוסע, אַ כּעסנטע, װאָס באַלד עפּעס האָט זי זיך געװאָרפֿן אױפֿן דיל און געקלאַפּט מיט די פֿיס אָן די װענט אָדער אָן טיש - און אַ ייִנגעלע פֿון דרײַ יאָר. ערגעץ אױף דער װעלט זענען געװען אױסגעגעבענע טעכטער. - פֿרײַטאָג אין דער פֿרי איז דאָס עסן לאו-דװקא. און מיט דרײַ שבתדיקע סעודות האָט מיך באַשטאַט סטיסי די אלמנה. סטיסי איז געװען אַ הױכע, שװאַרצע ייִדענע, מיט שמאָלע טאָטערשע אױגן, אַ קלוגע און אַ שװײַגערין, און די גױים האָבן פֿאַר איר דרך-ארץ געהאַט - זי האָט געהאַלטן אַ קלײנע קראָם מיט שניט-סחורה און צעלניק, מײַסטנס פֿאַר די גױים און שיקסעס פֿון די אַרומיקע דערפֿער: העל געפֿאַרבטע װאָל- און באָװל-שטאָפֿן, קאָלירטע סטײנגעס, בינטלעך און שנירלעך קרעלן, קאָפּטיכלעך, גאַרטלען, און דער [דאָס?] גלײַכן. זי איז נישט געװען רײַך, נאָר געהאַט פּרנסה און אַן אײגענע שטוב אױף דעם ״רבינס״ גאַס. די שטוב איז געװען אַן אַלטע און נישט קײן גרױסע, נאָר אַ ״בעל-הבתּישע״, דאָס הײסט, מיט הילצערנע דילן, אַ בלעכענעם דאַך און אפֿילו לאָדנס אױף די פֿענצטער. די בעל-הבתּישקײט אין שטוב האָט געפֿירט איר טאָכטער צירל - אַ מײדל שױן אין די יאָרן, אַ נידריקע, נישט קײן שײנע, מיט אַ נישט-געזונטער, נישט-רײנער הױט פֿון פּנים, אױגן שװאַרצע און דװקא יאָ שײנע - און זײער אַ ״סטאַטעטשנע״. - און דער דינסטאָג איז מיר אױסגעבליבן. ח. אין יענע יאָרן האָט די װעלט געקנײטשט און געקנאָטן מײַן געמיט װי אַ צעטראָגענע האַנט קנײטשט און רײַסט אַ הענטשקע אױף דער צװײטער. יעדער טאָג פֿון דער װאָך האָט געהאַט זײַן טעם - שבת נאָכן עסן, למשל, האָט די זון געשײַנט אַנדערש װי אין דער װאָכן - און אַריבערגײן פֿון דעם ״רבינס״ גאַס צום מאַרק איז געװען אַ מין נסיִעה אין אַן אַנדער שטאָט. דעם גבֿירס הױז אױף דער ״פּריצישער״ גאַס, רױז געפֿאַרבט און מיט אַ גרינעם באַלקאָן צום צװײטן שטאָק, האָט מיך גערעגט װי אַ גאַסט פֿון דער פֿרעמד. אין אַ דרױסנדיקער װאַנט פֿון קלױז האָט געפֿעלט אַ שטיק קאַלך מיט דער לײם צוזאַמען, און איך האָב מיט שׂינאה געקוקט אױפֿן העסלעכן פֿלעק יעדעס מאָל װען איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען. אױף אַ לײדיקן פּלאַץ נישט װײַט פֿון דער ישיבֿה זענען געשטאַנען פֿיר האַלב-פֿאַרברענטע סלופּעס, די רעשטן פֿון אַ הױז נאָך אַ שׂריפֿה; פֿאַרשװאַרצט, צעפֿרעסן און מאָגער, האָבן זײ כמאַרנע אַרױסגעקוקט אױף מיר, דװקא אױף מיר, און מיך געשראָקן. - זומער, װינטער, שנײ, רעגן, פֿראָסט, היץ האָבן װי שדים געצופּט און געשלעפּט מיך אין אַלע זײַטן. צו יענער צײַט זענען צוגעקומען נאָך זאַכן. אײן מאָל, װאַרעמעס-צײַט, בײַ איסר טאַבאַטשניק אין הױז, איז אױפֿן קיכטיש װוּ איך האָב געגעסן געשטאַנען אַ בעקן מיט שטרודל נאָר װאָס פֿון אױװן אַרױס. דער הײסער שטרודל האָט געשמעקט מיט צימרינג און ראָזשינקעס גלײַך מיר אין נאָז אַרײַן; בײַ אײן זײַט פֿון בעקן איז אַרױסגעלאָפֿן אַ שטראָם פֿון ברױנעם צוקער און איז געװאָרן פֿאַרגליװערט װי גלאָז; אין קילן זיך, האָט דער שטרודל פֿון צײַט צו צײַט אונטערגעקנאַקט שטיל און שװאַך, װי מ'װאָלט געבראָכן שװעבעלעך. אַז די קעכין איז אַרױס אױף אַ מינוט פֿון קיך, האָב איך געשװינד אָפּגעבראָכן צװײ אײַנגעקאַרבטע שטיקלעך שטרודל און זײ אַרײַנגערוקט אין קעשענע. מײַן עסן האָב איך אָפּגעכאַפּט און בין אַװעק אין קלױז אַרײַן, װוּ איך האָב אין אַ װינקל אױפֿגעגעסן די צװײ שטיקלעך שטרודל. איך האָב געגעסן מיט גרױסע ביסנס, כּמעט נישט געקײַעט, אַזױ אַז טרערן זענען מיר געקומען אין די אױגן, און אַ צײַט לאַנג איז דער שטרודל מיר געשטאַנען אונטערן האַלדז און מיך געשטאָפּט. געקומען איז דאָס אױף מיר אַזױ אומגעריכט, גלײַך װי עס װאָלט פּאַסירט נישט מיט מיר, נאָר מיט עמיצן אַנדערש. איך בין, הײסט עס, אַ גנבֿ און אַ זולל-וסובֿא. אַ גנבֿ? נײן, קײן גנבֿ נישט. געװיס, איך האָב געגנבֿעט, אָבער מער װעל איך נישט גנבֿענען - זיכער נישט. אַ זולל-וסובֿא אָבער... כ'האָב געגעסן װי אַ זולל-וסובֿא, האָב אפֿילו קײן טעם נישט געפֿילט פֿון אײַלעניש. און די מוראדיקע טיפּשות! די קעכין װעט זיך כאַפּן - זי מוז זיך כאַפּן! גענומען הײסט עס, און זיך אַלײן אָנגעשפּיגן אין פּנים אַרײַן. װאָס איז דאָס? װאָס איז דאָס? װי קומט עס צו מיר?! יענעם דאָנערשטאָג בין איך אױף װעטשערע צו איסר טאַבאַטשניקן ניט געגאַנגען. דעם צװײטן דאָנערשטאָג בין איך דאָרט געשטאַנען הינטער דער טיר עטלעכע מינוט מיט אַ האַרצקלאַפּעניש און נאָך דעם געעפֿנט די טיר מיט פֿאַרביסנקײט. מיר האָט זיך געדאַכט צו יענעם מאָלצײַט, אַז די קעכין קלאַפּט מיט די טעפּ מער װי געװײנלעך; מיר האָט זיך געדאַכט, אַז די גוטע שײנע-לאה האָט מיך באַגעגנט מיט אַ שמײכל אין די אױגן, אַ קלוגן און אַ צוריקגעהאַלטענעם, - נאָר איך האָב זיך געװאַשן לאַנגזאַם און געגעסן לאַנג און מיט עקשנות. און די צעטומלטקײט אינװײניק אין מיר איז געװען גרױס.- די מעשׂה שטרודל איז נאָך געליגן בײַ מיר אין קאָפּ ערגעץ בײַם נאַקן, װען איך בין אײן מאָל אָנגעקומען דערױף װי בוני דער קצבֿ מיט דער בוניכען שלאָגן זײער מײדל. אַרום דעם דאָזיקן מײדל מיטן צניותדיקן פּנים האָבן געפּאַדעט אַלע שנײַדעריונגען פֿון שטאָט, אַ פּאָר בעל-הבתּישע זינדלעך און אפֿילו אַ פּאָר שקצים פֿון די גויישע גאַסן - און צו אַלעמען איז זי געגאַנגען, מיט אַלעמען האָט זי זיך אַרומגעשלעפּט, און אין די פֿאַרנאַכטן איז געװען אוממעגלעך זי אײַנצוהאַלטן אין שטוב. הײַנט האָבן זי טאַטע-מאַמע - נישט צום ערשטן מאָל - געפּאַקט מיט עמיצן, און זיך אָפּגערעכנט מיט איר מיט הענט און מיט העסלעכע װערטער. דורכן װאַסערל פֿון די טרערן האָבן אירע גרױסע אױגן ממש געשטראַלט מיט אַ פֿײַכטן ליכט. אירע פֿרישע ליפּן האָבן זיך געקרימט װי בײַ אַ קינד, שטיל און מיט ייִאוש האָט זי געטענהט: ״װאָס װילט איר פֿון מיר; װאָס װילט איר פֿון מיר!״ די דאָזיקע סצענע האָט מיר שלעכץ געטאָן. אײן מאָל, אַרױסגײענדיק פֿונעם קצבֿס שטוב, האָב איך אָנגעטראָפֿן דאָס מײדל אינעם טונקלען פֿירהױז. איך האָב זי אָפּגעשטעלט, אױסגעשטרעקט אַ האַנט און זי אָנגערירט - גראָב. זי האָט אױפֿגעהױבן אױף מיר אַ פּאָר גרױסע, דערשראָקענע אױגן, האָט זײ תּיכּף אַראָפּגעלאָזט און איז פֿאַרגליװערט געװאָרן אין שטומער, שאָפֿענער אונטערטעניקײט. איך האָב זי גלײַך אָפּגעלאָזן און בין אַװעקגעלאָפֿן, נאָר איך האָב שױן געװוּסט, אַז נישט מײַן טיפֿער שרעק פֿאַר בוני דעם קצבֿ, נישט די מורא פֿאַר די בזיונות אױב מ'זאָל מיך כאַפּן װעלן מיך אָפּהאַלטן פֿון דעם דאָזיקן מײדל, פֿון אָט דעם קאָפּ פֿון אַ דערװאַקסענער פֿרױ מיט אַ האַלב-רײַפֿן זאַפּלדיקן גוף. איך בין אַ שרץ - אַ שרץ - אַ שרץ! װיבאַלד אַזױ - האָב איך דעם שבת דערנאָך, נאָך מיטאָג, זיך אײַנגעשלאָסן בײַ סטיסי דער אַלמנה אין אָפּטרעט, צונױפֿגעדרײט אַ ציגאַר-טיטון און פֿאַררײכערט. אַז איך בין פֿון דאָרט אַרױס, האָב איך זיך געװאַקלט אױף די פֿיס. נישט געװוּסט, אַז אַ ציגאַר-טיטון קאָן זײַן אַזױ געשמאַק! דער טעם פֿון דער עבֿירה און דאָס האַרבע געװירץ פֿון הפֿקרות האָבן מיר געדרײט דעם קאָפּ װי שטאַרקער װײַן. דער קרײַז פֿון מײַנע תּאװת, װי דער קרײַז פֿון מײַנע השׂגות, איז געװען קלײן, נאָר דער יצר-הרע איז מיך באַפֿאַלן װי אַ װיכער - פּלוצלונג, און פֿון אַלע זײַטן פֿאַר אַ מאָל, און איך האָב געלעבט װי אין אַ קדחת, און מײַן האַרץ האָט זיך געצאַפּלט נאָכאַנאַנד. נאָכאַנאַנד.- ט. כ'האָב געטאָן װי דער װאַרשעװער האָט געטאָן: כ'האָב מײַן דינסטאָג געמאַכט פֿאַר אַ תּענית. פֿון מײַנע זיבן קאָפּיקעס האָב איך צװײ אױסגעגעבן אױף טיטון, דאָס איבעריקע האָב איך געשפּאָרט. דעם טאָג פֿלעג איך לערנען ביחידות, אונטן דער מאַנסבילשער קלױז, װוּהין איך פֿלעג זיך אַריבערקלײבן באַלד נאָך דעם װי די דאַװנער זענען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען נאָך שחרית. איך האָב זיך װײניק אָפּגעגעבן מיטן שיעור, נאָר אַרײַנגעקוקט אין פֿאַרשײדענע ספֿרים, עפֿטערס אין תּנ״ך, געבלעטערט, אונטערגעזונגען, געטראַכט און װידער געלערנט. מײַן מאָגן איז געװען לײדיק און גרינג, דער טיטון האָט געשמעקט טיף און שטאַרק, און אין דער הױכער קלױז, װוּ דאָס װידערקול האָט געלאָקערט אױף יעדן שאָרך, איז געשטאַנען אַ מין אָנגעלאָדענע שטילקײט. בײַ דער סאַמע גרעניץ פֿון אָט דער שטילקײט האָבן זיך געדרענגט פֿאַרטײַעטע קלאַנגען פֿון אַן אַנדער װעלט, נישט אַזאַ ממשותדיקער װי די אַרומיקע, נאָר נישט פֿיל געמינערט. רות מיט נעמין האָבן אײביק געשפּאַנט צװישן קאָרנפֿעלדער אױפֿן װעג צו בועזן, אונטער אַ זײַטיקער זומערדיקער זון, אַזױ אַרום פֿינף אַ זײגער פֿאַרנאַכט. יעקבֿ האָט געפּאַשעט שאָף פֿאַר לבֿנען, און די געשניצטע שטעקלעך װאָס ער האָט אױסגעשטעלט פֿאַר די קאָרעטעס זענען דײַטלעך געשטאַנען פֿאַר מײַנע אױגן מיט דער קאָרע אַװעקגעשײלט אין פֿלעקן און שטרײַפֿן, װוּ דאָס װײַסע האָלץ האָט דורכגעקוקט פֿריש און פֿײַכט פֿון זאַפֿט. אין אַ שיטער-פֿאַרװאָלקנטער, דורכזיכטיקער לבֿנה-נאַכט האָט שולמית געװאַנדעלט איבער שלאָף-פֿאַרזונקענע גאַסן, האָט געקלאַפּט אין טירן און טױערן, און געפֿאָרשט בײַ די שומרים פֿון שטאָט, און געפֿרעגט און זיך נאָכגעפֿרעגט: האָבן זײ נישט געזען ערגעץ איר פֿרײַנט - האָבן זײ נישט אָקערשט באַגעגנט איר האַרצנסגעליבטן? עשׂו איז נאָר װאָס געקומען פֿון דער יאַגד און געבראַכט דעם ריח פֿון פֿעלד אין זײַנע האָריקע קלײדער; ער איז געזעסן און געגעסן אַ געקעכץ פֿון לינדזן, און די הײסע, געשמאַקע פּאַרע פֿון די לינדזן האָט זיך געמישט מיטן ריח פֿון ציגענפֿעל. אַרומגערינגלט פֿון די זאַמדן פֿון דער מדבר, האָבן זיך געבױכט און געכװאַליעט אין װינט די געשטריקטע און געפֿלאָכטענע װענט פֿונעם משכּן. דער פּלאַן פֿונעם בנין איז מיר געבליבן נישט-קלאָר, נאָר ״תּכלת-וארגמן״ האָבן זיך געבאָמבעלט פֿאַר מײַנע אױגן אין דער געשטאַלט פֿון פּאַסמעס בלױע װאָליטשקע, און געװען זענען זײ ״משזר״ - געשפּינט און געדרײט. - - - דאָס זשומען פֿון אַ פֿאַרצײַטיק-נאָענטן לעבן האָט געגרײכט צו מיר װי אַ װײַט געזאַנג, און דעם טאָג האָב איך גערוט פֿון זיך און פֿון אַרום. י. שױן אין די עשׂרת-ימי-תּשובֿה האָט דער הימל אָנגעהױבן זיך צו כמאַרען, דער יום-כּיפּור איז געװען אַ קילער און אַ פֿאַרטראַכטער, און שׂמחת-תּורה האָט אַ דין רעגענדל עטלעכע מאָל אין טאָג געקילט די שׂמחה אין שטעטל. פֿון דאַן אָן האָט זיך דער הימל פֿאַרצױגן אױף לאַנג, דער רעגן איז געװאָרן שװערער, געדיכטער און עפֿטער, און בײַ נאַכט האָט ער געקלאַפּט אין די דעכער פֿאַרשלאָפֿן און אין אײן נוסח - און אַזױ אַ נעכט צען נאָכאַנאַנד. עס האָט זיך שנעל אײַנגעשטעלט די אָסיענדיקע בלאָטע, און דערנאָך איז געקומען דער ערשטער שנײ און איז תּיכּף צעגאַנגען אין דער בלאָטע, און דערנאָך האָט אַ צװײטער שנײ זיך איבערגעמישט מיט דער בלאָטע - און די בלאָטע איז געװאָרן קאַלט װי אײַז און שיטער װי קאַשע. די מרה-שחורה, די גרױסע אָסיענדיקע מרה-שחורה, האָט זיך ברײט אַװעקגעזעצט אױף זאַהאָריע - און אױף מײַן האַרץ. גײענדיק צו מײַנע מאָלצײַטן, האָב איך געטיאָפּקעט אין דער בלאָטע - װעגן מײַנע שיך װיל איך ניט רעדן - אַ מאָל דורכן מאַרק, אַ מאָל דורך אַנדערע גאַסן, און האָב געקוקט מיט אױגן, און האָב זשעדנע געזוכט - עפּעס, װײַל די גרױסע מרה-שחורה איז געזעסן אױף מײַן האַרצן. װי מײַז פֿון די לעכער קוקן אַרױס פֿון די קלײטן ייִדישע קעפּ - מאַנסבילשע קעפּ, װײַבערשע קעפּ - קוקן אַרױס כמורנע, געדולדיק, פֿאַראַקשנט - אױף װאָס למשל, קוקן זײ אַרױס? אַ ייִדענע פֿאַרװיקלט אין שאַלן, זיצט בײַ אַ טישל מיט עפּעלעך - אַ הױפֿן עפּעלעך, געפֿרױרענע עפּעלעך װאָס פֿאַרקױפֿן פֿאַרקױפֿט זי זײ צו די קינדער, אַ גראָשן אַן עפּעלע. װיפֿל קינדער גײען דאָ פֿאַרבײַ דורכן טאָג - דורך יעדן טאָג באַזונדער? װיפֿל פֿון זײ האָבן דעם גראָשן אין קעשענע און יצר-הרע צו אירע עפּעלעך? װיפֿל קאָסטן די עפּעלעך זי אַלײן און װיפֿל בלײַבט איר איבער אױף איר אײגענער חיונה? װיפֿל מײַלער דאַרף זי שפּײַזן טאָג-אײַן, טאָג-אױס, פֿון די דאָזיקע עפּעלעך? - - - בײַם עק מאַרק שטײט אַן אַלטע הילצערנע קלײט, כּמעט אַ חורבֿה; אינװײניק געפֿינט זיך אַ זעקל האָבער און דרײַ בינטלעך הײ, און מער גאָרניט. בײַ דער טיר זיצט זוסי מיכליעס און קוקט. דער ייִד זיצט אין אַ ברױנער בורקע מיט אַן אױפֿגעשטעלטן קאָלנער װי פֿון פֿאַרזשאַװערטן בלעך. זײַן פּנים איז קלײן און פֿײגלש און אַרומגעװאַקסן מיט אַ קורץ, שטײַף בערדל פֿון זאַמד-קאָליר, און זײַנע קלײנע, קײַלעכדיקע, הינערשע אױגן פֿון דעם זעלבן קאָליר קוקן גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן. װען איך גײ פֿאַרבײַ, זיצט זוסי מיכליעס בײַ דער טיר און קוקט. אַ געמיש פֿון שׂינאה און מורא הײבט זיך בײַ מיר ערגעץ פֿון די גדרים און קריכט מיר אין האַלדז אַרײַן. זיצט אַ בר-מינן און קוקט. מ'האָט פֿאַרגעסן אים צוצומאַכן די פֿאַרגלעזערטע אױגן - זיצט ער און קוקט. - - - בײַם אײַנפֿאָרהױז זעט זיך דער אָנהױב פֿון אַ גויישער גאַס. די גויישע גאַסן און געסלעך רינגלען אַרום די שטאָט פֿון אַלע זײַטן. דאָרט איז אַ באַזונדערע װעלט, אַ מין סמבטיון, װאָס װאַרפֿט מיט שטײנער אפֿילו אים שבת, און אַ מענטש - אַ ייִד, הײסט עס - קאָן אַהין נישט אַרײַנדרינגען משום סכּנת נפֿשות. אָט, אַ שטײגער, די גױים - װאָס איז געװען די כּװנה דערפֿון? עס קומט אױס, אַז זײ זענען באַשאַפֿן געװאָרן בפֿירוש פֿאַר אַ בײַטש אױף מענטשן - אױף ייִדן, הײסט עס - װי מגיפֿות, חולאתן [חלאתן], וכּדומה. פֿון דער אַנדערער זײַט, אין די ירידן און מערקטעג גיסן זײ זיך אַרײַן אַהער און פֿאַרפֿלײצן די שטאָט װי שטאַרקע װאַסערן - און באַזאָרגן ייִדן מיט מזונות. אין יענע טעג איז פֿאַראַן פּרנסה, און אין די זעלבע טעג הענגט די סכּנה אין דער לופֿט און לאָקערט װי אַ חיה װאָס איז גרײט צו פֿאַרצוקן. דער רבונו-של-עולם באַנוצט זיך, הײסט עס, מיט זײַנע ברואים אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. הם... משונהדיק. און זײ אַלײן - די גױים, מײן איך - כ'װײס? אָט פּראַװען זײ דאָך עפּעס חתונות און לויות, און זײ דינען צו זײערע אָפּגעטער אין דער טיפֿלע, און טוען עפּעס דאָרטן אין זײערע פֿעלדער און גערטנער, און האָבן בכלל אַלערלײ עובֿדות װאָס צו ייִדן האָבן זײ קײן שײַכות נישט... - דער גאַנצער ענין איז נישט-קלאָר. אַ האַרבער ענין. - - - - - - די שיפֿן אױפֿן טײַך האָבן זיך גענומען גײן זעלטענער און שיטערער, און אַרום חנוכּה האָט מען אין גאַנצן אױפֿגעהערט הערן אין די נעכט זײער פֿײַף און דאָס פּאַטשן פֿון די רעדער. אין גאָר שטילע, פֿאַרשטאָרבענע נעכט קומט יאָ אַ מאָל אָן עפּעס אַ פֿײַף - דין, שנײַדיק און אַלײן: דאָס איז דער פֿײַף פֿון אַ לאָקאָמאָטיװ אױף אַ באַנליניע אַכצען װערסט פֿון שטאָט, אױף יענער זײַט טײַך. איבער אַ יאָר זומער - רעדט מען אין שטאָט שױן אַ יאָר צװאַנציק - װעט מען די ליניע צופֿירן ביז זאַהאָריע. דערװײַל איז דער פֿײַף אַ װײַטער און אַן אומגלױבלעכער. איך ליג אױף מײַן באַנק, צוגעדעקט מיט אַ פּאָר שמאַטעס, און מיט אױפֿגעשפּיצטע אױערן װאַרט איך אומזיסט אױף נאָך עפּעס. אין אַ הױף דערנעבן הערט זיך פֿון צײַט צו צײַט אַ טױבער טופּ פֿון אַ שװערן פֿוס אױף װײכער ערד. דאָס טופּעט איצי דעם בלינדנס פֿערד בײַ זיך אין שטאַל. אַ מאָל גיט עס אַ װײנענדיקן הירזשע, אין שרעק פֿאַר די שטשורעס. און װידער שטיל.- אין טבֿת איז די בלאָטע פּלוצים פֿאַרגליװערט געװאָרן אין רודעס אונטערן אָטעם פֿון די צװײ-דרײַ פֿרעסט. דערנאָך איז געקומען צו לױפֿן אַ װינט פֿון צפֿון, האָט זיך אַ דרײ געטאָן איבער דער שטאָט און האָט אױסגעבראָכן אין אַ װילדער זאַװערוכע, װאָס האָט דרײַ טאָג נאָכאַנאַנד געהױפֿט דעם שנײ ביז אונטער די פֿענצטער פֿון די הײַזער. אין מיטן דער נאַכט פֿון דאָנערשטאָג אױף פֿרײַטאָג האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף צוליב דער אומגעװײנלעכער שטילקײט און ביטערער קעלט. אַ גרינער שטערן האָט געציטערט אין הימל אַנטקעגן מײַן פֿענצטער, און די בײנער פֿון דער אַלטער קלױז האָבן שטיל געקרעכצט און אונטערגעקנאַקט אין די אָרעמס פֿון אַ טױט-רויִקן און ברענענדיקן פֿראָסט. אַז איך בין אַרױס אין דער פֿרי אױפֿן מאַרק איז די װעלט געװען אַ נײַע - אַזאַ װעלט איז נאָך קײן מאָל נישט געװען! אַ גרױסע, רױטלעך-געלע זון איז געהאַנגען נישט זײער הױך איבערן באַרג; זײַלן רױך מיט געשװאָלענע קעפּ זענען װי בײמער אַרױסגעװאַקסן פֿון די קױמענס פֿון די הײַזער, און אַ װײַסער פּוכיקער פּעלץ - װײַס צום בלינד װערן. - איז געליגן אין לױזע, געבלאָזענע פֿאַלדן אױף הײַזער, פּלױטן, קלײטן און אױף דער גאַנצער ערד ביזן עק פֿון דער װעלט. פֿון אַלע זאַסטאַװעס האָבן זיך געריסן צום יריד הױך געלאָדענע פּױערשע שליטנס מיט קלינגענדיקע גלעקלעך, װאָגנס מיט פֿאַרפֿרױרענער סמאָלע אין די רעדער האָבן געקרעכצט און געקװיטשעט איבערן שנײ, קי האָבן געמעקעט, נײַע ערדענע טעפּ האָבן געקלונגען און געזונגען אונטער די קלעפּ פֿון פֿינגערגעלענק, און דער טומל פֿון מענטשלעכע קולות איז געשטאַנען אין די אױערן אַזױ געדיכט װי דער רױש פֿון װאַסער אין קאָפּ װען מ'טוקט זיך אונטער אין טײַך. די לופֿט איז געװען שאַרף װי ספּירט און איבערגעפֿילט מיט פֿײַערדיקע נעדעלעך, װאָס האָבן געציטערט אין די שטראַלן פֿון דער זון און געשטאָכן די הױט פֿון פּנים. שפּאַרעס זענען מיר פֿאַרגאַנגען אין די פֿינגער, מײַנע אױערן זענען אױגנבליקלעך װי פֿאַרטריקנט געװאָרן אין ביבולע-פּאַפּיר, און טרערן האָבן זיך מיר געשטעלט אין די אױגן פֿון קעלט - און פֿון פֿרײד װאָס איך לעב אױף דער װעלט. יא. בײַ סטיסי דער אַלמנה אין הױז האָט מען מיר אָנגעהױבן דערלאַנגען צום װאַשן די הענט די גרױסע קופּערנע קװאָרט. נאָך פֿריִער האָט מיר צירל אָנגעזאָגט, איך זאָל קומען פֿרײַטאָג צו װאַרעמעס. די מוטער פֿלעגט דעמאָלט זײַן אין איר קראָם, און געגרײט צום טיש פֿאַר מיר האָט געװײנלעך די טאָכטער: געלײגט אַ פֿרישן װײַסן טישטוך און דערלאַנגט אַ הײסע חלה מיט אַ געשמאַק-פֿאַרברױנטן ראָסלפֿלײש. די גאַנצע צײַט װאָס איך האָב געגעסן האָט זי זיך שטיל אַרומגעדרײט איבערן הױז און סאָליד און רויִק זיך פֿאַרנומען מיט איר בעל-הבתּישקײט. פֿרײַטאָג צו נאַכטס, בײַ מײַן קומען פֿון קלױז, האָבן בײדע װײַבער געענטפֿערט אױף מײַן ״גוט שבת״ פֿרײַנטלעך און הײמישלעך, און איך האָב באַמערקט, אַז די שײנע אױגן אינעם ניט-שײנעם געזיכט פֿון דער טאָכטער שײַנען-אױף שטיל און פֿרום װי די שבת-ליכט. צום קידוש איז אַלע מאָל געװען ראָזשינקעס-װײַן אין אַן אַלטן, מאַט-זילבערנעם בעכער מיט שװאַרצע קריצונגען, און כאָטש די װײַבער אַלײן האָבן זיך געװאַשן צום עסן מיט אַ בלעכערנעם קװערטל, האָט מען מיר גענומען דערלאַנגען די אַלטע קופּערנע קװאָרט מיט די צװײ אױערן, װאָס איז שטענדיק געשטאַנען אױף דער קאָמאָדע, אַ געשײַערטע און געפּאָלירטע, נעבן מעשענעם סאַמאָװאַר, צװישן די צװײ זילבערנע לײַכטער. געשטאַנען איז זי דאָרט אומבאַרירט מסתּמא זינט דער אלמנהס מאַן איז געשטאָרבן. בײַם פֿאַרטײלן, איז דער קאָפּ פֿון די פֿיש שטענדיק געגאַנגען אױף מײַן טעלער. אין שטוב איז געװען װאַרעם, און זאַטע ריחות האָבן אָנגעפֿילט די לופֿט. איך האָב געמיטלעך געזונגען זמירות, און בעת צירל האָט געװאַשן דאָס געפֿעס צװישן די פֿיש און דער יױך, האָט די קלוגע סטיסי מיך פֿאָרזיכטיק געפֿאָרשט. - איז װעמעס, זאָגסטו, ביזטו דאָס פֿון טאַראַשטשע?... - - - איך זאָל ברענגען מײַן גרעט צו זײ. זײ האָבן אַ גויע װאָס װאַשט בחצי-חנם, איז אױב איך װיל... - צירל האָט כּמעט נישט גערעדט צו מיר, און האָט זי זיך מיט עפּעס צו מיר געװענדט, איז עס געװען גערעדט פֿאַרבײַ מיר, צו דער װאַנט. איך האָב גענומען ברענגען מײַן פּעקעלע גרעט, און אַז איך האָב עס געקראָגן צוריק, האָב איך געפֿונען אַז די פֿעלנדיקע קנעפּלעך פֿעלן שױן נישט, די לעכלעך זענען אַרומגענײט, װוּ-ניט-װוּ איז אַ לאַטע אַרױפֿגעלײגט נעט און ציכטיק. פֿון צײַט צו צײַט האָב איך געפֿונען אין פּעקל אַ נײַ העמד, אַ פּאָר זאָקן, אַ נאָזטיכל. איך האָב געשפּירט װי עס שפּינען זיך פֿעדעם אַרום מיר. דאָס הײסט, קײנער האָט זײ ניט געשפּינט, זײ האָבן זיך געשפּינט פֿון זיך אַלײן, נאָר איך בין געװען אומרויִק. שפּעטערצו האָט מיר אײן מאָל די אַלמנה געזאָגט מיט אַ שמײכל אין אירע שמאָלע טאָטערשע אױגן: - װײַבער זענען אױך מיר מענטשן, מישטײנס געזאָגט. אָט, הבֿדלה, למשל... מיר הערן דאָך קײן מאָל אפֿילו קײן הבֿדלה נישט. אױב עס איז פֿאַר דיר נישט קײן טירחה, װאָלסטו אפֿשר צוגעקומען שבת צו נאַכטס נאָך מעריבֿ? איך האָב אָנגעהױבן קומען שבת צו נאַכטס נאָך מעריבֿ. מ'האָט אַרױסגענומען פֿון דער קאָמאָדע אַן אַלט זילבערן הדסל פֿון פֿיליגראַן-אַרבעט, מיט אַ ריח אַ שװאַכן און אַ װײַטן װי אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן, און צירל האָט מיר געהאַלטן דאָס געפֿלאָכטענע הבֿדלה-ליכט פֿון װײַסן און גרינעם װאַקס. געהאַלטן האָט זי עס קרום און אָנגעשטרענגט װי אַ קינד, און דער הײסער װאַקס האָט אַרונטערגעטריפֿט אױף אירע פֿינגער. מיר האָט זיך דערפֿון געשמײכלט, און אַ ביסל האָט עס מיך גערירט אױך. אינװײניק האָב איך אָנגעהױבן נאָכגײן צו ביסלעך. צוריקשמועסנדיק - פֿאַרװאָס ניט?... אַ בעל-הבתּיש הױז און בעל-הבתּישע מענטשן. פּרנסה איז פֿאַראַן. די מוטער איז גינציק, און מ'זעט באַשײנפּערלעך אַז די טאָכטער האָט מיך ליב. נישמער, זי איז נישט קײן שײנע און - אַזאַ שטילע, אַזאַ שטילע!... יב. פֿאַר פּורים האָט מען דעם װאַרשעװער געכאַפּט מיט אַ שיקסע, און די זעלבע נאַכט האָט ער זיך אױפֿגעהאָנגען אין דער עזרת-נשים אױף אַ הענגלײַכטער. זײַן רעכטע האַנט האָט מיט צװײ פֿינגער געשטעקט בײַם האַלדז אינעם פֿאַרצױגענעם הױזנרימען. די הױזן אַלײן האָבן זיך אַראָפּגעגליטשט פֿון די מאָגערע לענדן און זענען אַריבערגעהאָנגען איבער די שיכּה. די העלפֿט פֿונעם קערפּער מיט װעלכער מענטשן שעמען זיך און האַלטן זי פֿאַרבאָרגן פֿון פֿרעמדע אױגן האָט זיך איצט דײַטלעך געצײכנט אונטער די דינע, קױטיקע גאַטקעס, און דורך אַ ריס האָט דורכגעקוקט דאָס בלױבלאַסע פֿאַרהילצערטע לײַב. בײַם אַרונטערנעמען דעם גוף פֿון זײַן תּליה, האָט דער קלײנע חייִמל זיך מוראדיק צעיאָמערט און האָט נאָך דעם געכליפּעט און געשלוקערצט שטונדן נאָכאַנאַנד, און ס'איז געװען אוממעגלעך אים אײַנצושטילן. אױסער אונדז, די בחורים פֿון דער ישיבֿה, איז קײנער צו דער לװיה נישט געגאַנגען. מיט דער מיטה אױף די אַקסלען, האָבן מיר געטראָטן אין דער קאַשע פֿון האַלב צעגאַנגענעם אײַז, און די יאַטקע יונגען האָבן געלאַכט פֿון אונדז און אונדז נאָכגעשריגן עפּעס װאָס מיר האָבן נישט געהערט - נישט געװאָלט הערן. מקבר געװען האָט מען דעם מת, װי אַ מאבד עצמו לדעת, האַרט בײַם פּלױט אַריבערן גראָבן. חייִמל אריה-לײבס האָט מען אָפּגענומען פֿון דער ישיבֿה. דער קרוטאָהאָרער איז פּלוצים פֿאַרשטומט געװאָרן און אין גיכן איז ער אין גאַנצן פֿאַרשװוּנדן פֿון דער שטאָט. ניסל דיין האָט זיך איצט געװאָרפֿן אױף מענטשן װי אַ משוגענער הונט, און די בחורים האָבן אָנגעהױבן פֿאַרלאָזן די ישיבֿה אײנער נאָכן צװײטן, מיטן אױסרײד אױף יום-טובֿ אַהײם, נאָר אין דער אמתן מיט דער כּװנה נישט צוריקצוקומען, און אױפֿן זומערדיקען זמן זענען פֿון אונדז פֿאַרבליבן סך-הכּל אַ פֿופֿצן-זעכצן אירע. די ישיבֿה האָט זיך גענומען פֿאַנאַנדערפֿאַלן אבֿרים-װײַז, װי געפֿרעסן פֿון פֿראַנצן. און איך בין געװען דערשראָקן - טיף. יג. דער פֿרילינג איז פֿונדעסטװעגן אָנגעלאָפֿן מיטן אימפּעט פֿון אַ יונגן לאָשעק. שלח-מנות-טרעגער האָבן נאָך געשפּאַנט אין דער בלאָטע און געהיט די װײַסע טישטעכלעך אױף די טעצלעך פֿון אַ שפּריץ, נאָר ייִדן מיט געפֿלאָכטענע קױשן אױף די פּלײצעס, װאָס האָבן געשפּרײט אַרום זיך דעם געשמאַקן ריח פֿון פֿרישגעבאַקענער מצה, האָבן שױן געקאָנט קלײבן טרוקענע בערגלעך פֿאַר זײערע טריט. ייִדן האָבן אַרומגעשמײַעט צװישן די קראָמען מיט הײַטערערע פּנימער, און אײן מאָל האָב איך געזען זוסי מיכליעס שטײן אין שמועסן מיט אַ שכן, און אױף זײַנע ליפּן האָט געציטערט אַ שמײכל - אַ שמײכל אַ נעבעכדיקער, אַ שטױביקער און אַ דריבנינקער - אָבער אַ שמײכל. בעיני ראיתי. אין די װײַטע מקומות, בײַם אױבערשטן לױף פֿון דניעפּר, זענען צעגאַנגען גרױסע מאַסן שנײ, האָבן צעבראָכן די האַרטע דעק פֿון טײַך אױף זײַן גאַנצער לענג און זיך אַרײַנגעריסן אין זאַהאָריער טאָל כּמעט ביז צו דער שטאָט. מ'האָט שױן װידער געהערט דאָס פֿײַפֿן פֿון שיפֿן אױפֿן טײַך, די אַרומיקע בערג האָבן גענומען גרינען, אין דער לופֿט האָבן זיך געטראָגן דינע, זיסע און פֿײַכטע ריחות - און די זון האָט געבאַקן. צװײ װאָכן אין ספֿירה איז שױן דער טײַך אַרײַן צוריק אין זײַנע ברעגן, די בלאָטע האָט אױסגעטריקנט, דער בעז האָט גענומען בליִען - און די זון האָט געבאַקן און געבאַקן. װען דער װײַסער צװיט האָט באַשפּריצט די װײַנשלבײמער אין די גוישע גאַסן, זענען מיר שױן געלאָפֿן יעדן טאָג צום טײַך זיך באָדן, און דער שטױב אױף די װעגן איז געשטאַנען אין זײַלן. דער פֿרילינג איז פֿאַרבײַגעלאָפֿן אין פֿולן גאַלאָפּ, און דער זומער האָט איבערגענומען די ממשלה מיט אַ שטאַרקער און זיכערער האַנט. - אין די גרױסע היצן איז צו איסר טאַבאַטשניק אין הױז געקומען אַ גאַסט: אַ טאָכטער פֿון טשערקאַס, מיט אַ קינד בײַ דער ברוסט. אין זאַל האָט אַ פֿרעמדע שטים געזאָגט: ״די שװיגעך האָט ניש' געהײסן װיקלען״, און בײַ מיר איז איבערגעלאָפֿן אַ ציטער איבערן רוקנבײן, װי אַ טראָפּן רעגן װאָלט מיר אַרײַן אין קאָלנער. די שטים איז געװען אַ נידריקע, אַ ברוסטיקע, עטװאָס הײזעריקלעך, און מיט עפּעס אַ זײַטיקן אונטערלױף, װי אַ גלעזערנע שױב װאָלט אין איר געציטערט דין און שװאַך. און געזאָגט האָט די שטים: ״די שװיגעך האָט ניש' געהײסן װיקלען״. איך האָב בײַ זיך אָפּגעמאַכט נישט אַװעקצוגײן ביז איכל נישט זען דעם גאַסט, און מײַן װוּנטש איז דערפֿילט געװאָרן שנעלער װי איך האָב זיך געריכט. זי איז אַרײַן אין קיך אין אַ פּאָר מינוט אַרום און גענומען עפּעס זוכן אין דער שאַפֿע פֿון געשיר און מיך תּחילת ניט באַמערקט. איך האָב צײַט געהאַט צו זען אַ הױכן און ליכטיקן קאָפּ האָר און אַ װײכע פֿליסיקע פֿיגור אין אַ לױזן שװאַרצן קלײד מיט אַ זײַדענעם גערױש. פּלוצים האָט זי מיך דערזען, און אָנגעשטעלט אױף מיר אַ פּאָר גרױע פֿאַרװוּנדערטע אױגן. מיר האָט זיך געשטעלט דער ביסן אין האַלדז. זי איז באַלד אַרױס פֿון קיך, און כאָטש מײַנע אױגן זענען געװען פֿאַרגראָבן אין טעלער, האָב איך געזען אַז אין אַ װינקל פֿון פֿרישן מױל הױערט אַ שמײכל. איך האָב זיך אַרױסגעגנבֿעט פֿון הױז. אױף אַ שטעל צװישן די קלײטן האָט געפֿלאַמט אין דער זון אַ הױפֿן רױטע קאַרשן, און איך האָב געקױפֿט פֿאַר אַ פּאָר קאָפּיקעס. בײַ דער טיר פֿון דער ישיבֿה האָב איך באַגעגנט דעם סטאַװיסקער. - װילסט מאַכן אַ ברכה? - האָב איך אים אָנגעבאָטן. ער האָט זיך זײער פֿאַרװוּנדערט. - װוּ האָסטו גענומען קאַרשן? - די שװיגעך האָט ניש' געהײסן װיקלען, - האָב איך געזאָגט. - װאָס זאָגסטו? - װיקלען האָט די שװיגעך ניש' געהײסן. ניש' געהײסן האָט די שװיגעך װיקלען. געהײסן װיקלען האָט די שװיגעך ניש' - משוגע! - האָט דער סטאַװיסקער געזאָגט. - קום, גײסט זיך באָדן? - נײן' כ'װעל זיך זעצן לערנען. לערנען האָב איך זיך נישט געזעצט. איך האָב זיך אַרומגעװאָרפֿן פֿון דער ישיבֿה אין קלױז, פֿון קלױז, פֿון קלױז אין רבינס הױף, און איבערגעחזרט די װערטער װעגן דעם װאָס די שװיגער האָט נישט געהײסן אױפֿן שטײגער פֿון ״לישועתך קויתי״. אַזעלכע פּשוטע װערטער! נישט אומזיסט זאָגט די גמרא: ״קול באשה ערװה״. ערװה? פֿע! אַ מיאוס װאָרט. אדרבה, אַזאַ קול איז װי - װי דאָס ברומען פֿון אַ טױב. זאָל דאָס ברומען פֿון אַ טױב זײַן אומװערדיק אין די אױערן פֿון גאָט? און דאָס ״בראָדיש״: שװיגעך. עס קלינגט װי אַ לשון פֿון מעבֿר-לים. און אַזאַ קאָפּ האָר, הױך און ליכטיק װי אַ סקירדע שטרױ. אָט, װײַבערשע האָר - װידער אַ פֿאַרבאָטענער ענין, װידער ״ערװה״ - אַ װאָרט װאָס איז װי אַ שפּײַ אין פּנים. און דער זײַדענער שאָרך פֿונעם קלײד אַרום אַ פֿאַרבאָרגענעם גוף - אַ גוף װאָס כװאַליעט זיך װי דער טײַך אין אַ װינטל, װי די זאַנגען אין פֿעלד. אַ דריבנער ציטער האָט גענומען גײן איבער מײַן קערפּער. מײַן גאָט! דײַן האַנט האָט מיך געטראָפֿן פּלוצלונג און שטאַרק. - יד. אין אָװנט האָב איך זיך קױם דערװאַרט אױפֿן שפּײַ פֿון ״עלינו״ און בין אַװעקגעלאָפֿן עסן װעטשערע. דאָס הױז איז מיר אַנטקעגנגעקומען אָן אַ שײַן פֿון אינװײניק; די הױכע פֿענצטער האָבן בלינד געשימערט דרױסן קעגן דעם מעריבֿדיקן הימל. מײַן געמיט איז געפֿאַלן מיט אַ מאָל. אין הױז איז קײנער נישט געװען אױסער דער קעכין, און זי האָט מיך אָפּגעפּטרט אָן פּוצן און אײנס-און-צװײ. נאָך דעם האָב איך זיך לאַנג אַרומגעדרײט איבער דער גאַס הין און צוריק, נאָר דאָס הױז האָט אַלץ געקוקט קאַלט און פֿאַרפֿרעמדט, דער שימער אין די פֿענצטער האָט זיך אױסגעלאָשן, און איך בין אַװעק צו זיך אין דער ישיבֿה. די װאָך האָט זיך געצױגן לאַנג. איך האָב לגמרי פֿאַרלױרן דעם חשק צום לערנען, און אַז איך האָב געפּרוּװט עפֿענען אַ גמרא האָב איך זי תּיכּף פֿאַרמאַכט מיט אַ קלאַפּ. געהערט אַ מעשׂה? אַז אײנער רײַט אױף אַ בהמה און דער אַנדערער פֿירט, און יעדער פֿון זײ טענהט אַז די בהמה איז זײַנע, איז ... איז װאָס גײט עס מיך אָן? װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו מיר? װי אַזױ רירט עס אָן דעם טאַראַשטשער בחור װאָס זײַן לעבן ביז אַהער איז געגאַנגען אַזױ און אַזױ און װײַטער װעט ער גײן ... יאָ, טאַקע, װי אַזױ װעט עס גײן װײַטער? װאָס װעט פֿון מיר זײַן, װאָס װעל איך מיט זיך טאָן? סטיסי דער אלמנהס טאָכטער, די סטאַטעטשנע צירל - די קלױז - די שניטקראָם - זוסי מיכליעס?... דער דינסטאָג האָט מיר אױך נישט געהאָלפֿן. די װײַטע װעלט, די אַמאָליקע, איז פּלוצים געװאָרן שױן גאָר װײַט, האָט פֿאַרלױרן די פֿריִער אױך אומזיכערע ממשותדיקײט, יעדן שפּור פֿון חומר; אירע פֿאַרבן זענען געװאָרן װאַסעריק, די ריחות האָבן זיך אױסגעװעפּט. איך האָב דעם דינסטאָג עפּעס נישט געפֿאַסט און נישט געגעסן, און דאָס מאָל איז עס בײַ מיר געװען דער ערגסטער טאָג פֿון דער װאָך. נאָר ערגער פֿון אַלעם איז געװען דאָס װאָס איך האָב פֿאַרגעסן איר פּנים - איך מײן, דאָס פּנים פֿון איסר טאַבאַטשניקס טאָכטער. איך האָב זי דאָך גאָר רעכט נישט אָנגעזען אינעם קורצן אױגנבליק דאָרט אין קיך, האָב איך געדענקט בלױז די הױכע שטרױענע האָר, און די שטים מיטן גלעזערנעם קלונג האָט געזונגען אין מיר, און נאָך עפּעס אַזױנס האָט געצופּט און געצױגן אין מיר װי אַ פֿאַרשטאָכענער פֿינגער - און דאָס איבעריקע איז צעשװוּמען געװאָרן, און איך האָב זיך געפֿילט װי אײנער װאָס האָט געפֿונען און תּיכּף פֿאַרלױרן. אַ פּאָר מאָל דורך דער װאָך, אין די אָװנטן, האָב איך זיך געדרײט אַרום הױז, נאָר אומזיסט. און אַז איך האָב שױן דערצױגן ביז דאָנערשטאָג און בין געקומען אַהין צו װאַרעמעס - האָב איך זי נישט געטראָפֿן אין הױז. אַלע זענען געװען אין דער הײם, און עס זענען געװען עפּעס געסט, און גערעדט האָט מען, דאַכט זיך, פֿון איר - און זי איז נישט געװען, איך האָב געגעסן - געגעסן געבענטשט - געבענטשט, אַװדאי אַ שעה נאָכאַנאַנד - נישטאָ. אַ פֿאַרלאָשענער האָב איך אױפֿגעהױבן פֿון בענקל, און אין טיר האָב איך זיך צוזאַמענגעשטױסן מיט איר און בין אָפּגעשפּרונגען צוריק. זי איז אָנגעקומען אױף מיר װי עפּעס אַ רײַכע און זעלטענע פּרי - אַ שײַנענדיקע, אַ רױטע און אַ װײַסע, אין אַ כװאַליע פֿון שפּיצן און גרינער זײַד, מיט אַ געפֿלאָכטענעם צאָפּ װי אַ קראַנץ אַרום שטערן, מיט גרינלעך-גרױע אױגן װי צװײ רײַפֿע פֿולע אַגרעסן, אין אַ דינעם און זיסן ריח פֿון בשׂמים. איך בין געבליבן שטײן אַ פֿאַרבלענדטער, אַ פֿאַרגליװערטער, און זי האָט זיך גענומען אָן אַ זײַט כּדי מיך אױסצומײַדן, און אין דעם זעלבן אױגנבליק האָב איך זיך געכאַפּט איר אָפּצוטרעטן דעם װעג - און בין אָפּגעטראָטן אין דער זעלבער זײַט. זי האָט מיך אַ לאָז געטאָן צו דער אַנדערער זײַט, און איך האָב זיך אַ װאָרף געטאָן איר אַנטקעגן. זי האָט אַרױסגעשאָסן אין אַ געלעכטער און װידער האָב איך געהערט דעם גלעזערנעם אונטערקלאַנג אין דעם ברוסטיקן לאַך, און אַ צעטומלטער האָב איך אין פֿאַרצװײַפֿלונג געטאַנצט פֿון זײַט צו זײַט און זי נישט געלאָזן דורכגײן. איר געלעכטער האָט מיר נאָכגעקלונגען אױך דאַן, װען מיר האָבן זיך װי-עס-איז פֿאַנאַנדערגעפּלאָנטערט און איך בין אַרױסגעשפּרונגען פֿון דער טיר. יה. בײַ נאַכט איז די ״דיערזשאַװאַ״ פֿאַרבײַגעגאַנגען אױפֿן טײַך און האָט לאַנג און פּײַנלעך גערעװעט, װי אַ חיה אױפֿן בראָכשטול. פֿון פֿאַרנאַכט אָן זענען שװערע װאָלקנס געהאָנגען איבער דער שטאָט, נאָר קײן רעגן איז ניט געקומען. אַ פּאָר מאָל האָבן די װאָלקנס יאָ אַרױסגעקװעטשט פֿון זיך עטלעכע טראָפּנס, װאָס האָבן עלנט און פֿאַריתומט אַ שאָרך געטאָן צװישן די בײמער אין רבינס גאָרטן, נאָר דערבײַ איז עס געבליבן, און די אָנגעשטרענגטקײט פֿון װעלן און ניט קאָנען איז געשטאַנען אין דער לופֿט. איך האָב זיך געװאָרפֿן אױף מײַן געלעגער און געריסן פֿון זיך דאָס פֿלײש. - געלאַכט פֿון מיר, הײסט עס. געלאַכט אַזױ האַרציק און האַרצלאָז, אַז מײַן אײגן האַרץ האָט געװײנט און געלאַכט. און פֿאַרװאָס זאָל זי נישט לאַכן? איך האָב די טעג געכאַפּט אַ קוק אין אַ שפּיגל בײַ סטיסי דער אלמנה אין הױז און האָב געכאַפּט געזען אַ נאָז װי אַ זאָטל, אַ טונקל בערדל װי אַ שמיר מיט בלאָטע אַרום די מאָגערע באַקן, און אַרױס געקראָכענע, צעדולטע אױגן, אױגן פֿון אַ מטורף אָדער פֿון אַ מענטשן אין שיכּרות. אַ גוף - האָב איך געװוּסט אָן דעם שפּיגל - פֿון אַ האָריקער חיה, געמאַכט פֿון בײנער און לעדער. אַ פּרא-אדם! - אפֿשר האָבן זײ איר נאָך דערצײלט די מעשׂה מיטן שטרודל? - איך האָב זיך האַסטיק געטאָן אַ זעץ-אױף אױף מײַן געלעגער, און צוריק אַ פֿאַל געטאָן אױפֿן צוקאָפּנס. שטות! װער האָט מיך אין זינען? װעמען איז עס נוגע צו געדענקען און צו דערצײלן װאָס איך האָב געטאָן אָדער ניט געטאָן? אַניט באַמערקן זײ מיך אפֿילו? נישט מער װי אַ בלודנע קאַץ װאָס כאַפּט בײַ זײ אַ בײן בײַ דער טיר פֿון קיך. - אָבער יאָ דערצײלט, נישט דערצײלט - האָב איך געגנבֿעט דעם שטרודל, צי נײן? - געגנבֿעט, און זיך געװאָרגן מיט אים אין פֿאַרבאָרגעניש, און די סלינע איז מיר גערונען איבער דער באָרד. אָט אַזאַ מין בריאה בין איך דאָס. און איך זינדיק מײַנע זינד אין אַ פֿינצטערן פֿירהױז, אָדער בײַם געשטאַנק פֿון אַן אָפּטרעט. יאָ. - צוריקשמועסנדיק, װאָס איז זי אַזױנס - אַ מלאך פֿון גאָט, װאָס? זי האָט דאָך אַ מאַן, און אַ קינד - און אַ קינד מוז מען... - אַ גראָב װאָרט װאָלט מיר גרינגער געמאַכט, װאָלט זי אפֿשר דערנענטערט צו מיר, נאָר - אָ! - כ'האָב קײן האַרץ נישט געהאַט דאָס צו געברױכן.- אַ פּאָר װאָכן האָב איך זי אין גאַנצן נישט געזען - זיך נישט געיאָגט נאָך דעם, און אײן מאָל אפֿילו דורכגעלאָזן אַ מאָלצײַט בײַ זײ אין הױז. איך בין געװען מיד, זײער מיד. בוני דעם קצבֿס מײדל האָט זיך מיר אָפֿט געפּלאָנטערט פֿאַר די פֿיס, נאָר איצט פֿלעג איך זי פֿאַרבײַגײן װי איך װאָלט זי נישט געזען. צירל סטיסיס איז נאָך שטילער געװאָרן. האָט זי עפּעס דערשפּירט? - און אײן מאָל אַ דאָנערשטאָג, האָט ״זי״ אַלײן מיר געגעבן עסן. די קעכין איז ערגעץ אַװעקגעגאַנגען, די מוטער איז, קענטיק, געװען נישט געזונט, האָט די טאָכטער מיר געגרײט צום טיש און מיר אָנגעװיזן מיט אַ פֿינגער איך זאָל זיך גײן װאַשן. מײַן מידקײט האָט אָנגעהאַלטן, און דװקא דערפֿאַר האָב איך נישט געהאַלטן די אױגן אין טעלער, נאָר נאָכגעקוקט איר, און זיך געװוּנדערט דערױף װאָס איצט איז זי עפּעס גאָר אַן אַנדערע. זי האָט געטראָגן עפּעס אַ לױזן בגד, איך װאָלט געזאָגט אַ מין קיטל, מיט קאָלירטע פֿײגלען און קװײטן אױף אים; דער פֿאַרפֿלאָכטענער צאָפּ איז געװען אַריבערגעװאָרפֿן איבער אײן אַקסל און איז געליגן אױף דער ברוסט; דאָס פּנים מאַט, אַ ביסל אָפּגעבליאַקירט, װײך, - איך האָב פּלוצים באַמערקט אַן ענלעכקײט צו איר מוטער, צו דער גוטער, מילדער שײנע-לאהן, װאָס פֿריִער האָב איך דאָס נישט געזען. עס איז בעסער אַזױ, הײמלעכער, נאָר - װאָס איז די נפֿקה-מינה?... זי איז געװאָרן אומרויִק און האָט אױפֿגעהױבן אױף מיר איר בליק, נאָר איך האָב מײַנעם נישט אַראָפּגעלאָזן. דאָס האָט זיך געצױגן אַ װײַלע, און אין אירע אױגן איז די פֿאַרװוּנדערטקײט איבערגעגאַנגען אין פֿאַרלעגנהײט. איך האָב רויִק געזאָגט: - האָט קײן פֿאַראיבל נישט װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן - װי אַזױ הײסט איר? פֿונעם קיטל אַרױס האָט זיך באַװיזן אַ רױטע כװאַליע, איז אַריבער איבערן האַלדז און האָט פֿאַרגאָסן דאָס גאַנצע פּנים. דערנאָך האָט די כװאַליע פּאַמעלעך אָפּגעפֿלאָסן צוריק אַהין פֿון װאַנען זי איז געקומען. - װאָס איז דען?... - גלאַט אַזױ. איך האָב געװאָלט װיסן. זי האָט מיך אָנגעקוקט אַ װײַלע פֿאַרטראַכטערהײט. דערנאָך האָט זי אַראָפּגעלאָזן די װיִעס איבער די אױגן און אַרױסגערעדט: - העניע, העניע הײס איך. און איז שטיל אַרױסגעגאַנגען פֿון דער קיך. אין גיכן בין איך אַרױס פֿון דאָרטן און האָב זיך פֿאַרנומען דורך אַ זײַטיק געסל צו דער הינטערשטער זײַט פֿון הױז. אַריבערגעקלעטערט דעם פּאַרקאַן אין הױף אַרײַן, האָב איך געפֿונען אַז איך האָב זיך נישט אָפּגענאַרט אין חשבון: איר חדר האָט אַרױסגעקוקט מיט אַ פֿענצטער צום הױף, און דורכן טיולענעם פֿאָרהענגל איז גרינג געװען צו זען װאָס עס טוט זיך אין צימער, הגם באַלױכטן איז עס געװען קאַרגלעך פֿון אַ קלײנעם לעמפּל אױפֿן נאַכטטישל בײַם בעט. זי - ״העניע״, הײסט עס, ״העניע״ ... - האָט זיך געפּאָרעט עפּעס אין דער קלײדערשאַפֿע, און פֿון בעט האָט צו מיר געגרײכט אַ דין שטימעלע, װי דער פּישטש פֿון אַ פֿײגעלע. אין גיכן איז זי געקומען און זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן בעט, האָט גענומען דאָס קינד אױפֿן שױס און רעדנדיק צו דעם מיט אױסגעצױגענע ליפּן װי מ'רעדט געװײנלעך צו אַן עופֿהלע, האָט זי פֿאַנאַנדערגענומען דעם קיטל פֿונעם גלאַטן האַלדז און אַרונטער, און אַ פֿולע, קײַלעכדיקע ברוסט האָט שפֿעדיק פֿאַרגאָסן דאָס פּנימל פֿונעם קינד. אָן געפֿילן פֿון תּאװה, בלױז מיט עפּעס אַזאַ זױגן אונטערן האַרצן, האָב איך געזעטיקט מײַן אױג אין פֿאַרלױף פֿון עטלעכע מינוט דערנאָך בין איך אַריבער צוריק איבערן פּאַרקאַן און אַװעקגעגאַנגען צו זיך. קאָן מענטשלעך לײַב זײַן אַזױ פֿײַן - אַזױ װײַס, און ציכטיק, און ... פּוטערדיק? - יו. יענעם דינסטאָג האָב איך געמאַכט אַ פֿאַרזוך צוריקצוגעפֿינען די רו װאָס דער דינסטאָג פֿלעגט מיר געבן. איך האָב דעם טאָג נישט געגעסן, בין געזעסן אונטן אין קלױז און געלערנט. געלערנט האָב איך ״געשמאַק״, דאָס הײסט, מיט אַ ניגון. דער ניגון איז געװען מער װי די װערטער, און דאָס לערנען - גיכער פֿאַרן אױפֿגעברױזטן געמיט אײדער פֿאַרן װאַכנדיקן שׂכל. אױף מאָרגן צו װאַרעמעס בין איך אָנגעקומען דערױף װי בוני דער קצבֿ שלאָגט דאָס װײַב - ס'איז, הײסט עס, געװען אמת װאָס מ'האָט גערעדט אין שטאָט. די בוניכע איז געלאָפֿן אַרום טיש און געשריגן: ״גויעץ! איװאַן פּױערילע! דערשלאָגן זאָלסטו װערן פֿון גאָט! אַ מיתה-משונה זאָל אױף דיר קומען!״ - און ער האָט זיך געיאָגט נאָך איר מיט אַ שטעקן. מיט שרעק און מיט עקל בין איך אַנטלאָפֿן פֿון הױז. איך האָב בײַ זיך אָפּגעמאַכט מער נישט צו קומען אַהער. אין אײן װעגס װעל איך פּטור װערן פֿונעם מײדל, װאָס פֿלעגט מיר אַלץ אַנטקעגנקומען מיט אַראָפּגעלאָזטע אױגן, און איך פֿלעג אױסמײַדן אַ דערצאָרנטער און אַ שולדיקער. אין אַ פּאָר שעה אַרום איז בוני געקומען צו אונדז אין דער ישיבֿה. מיר האָט זיך אָפּגעריסן אין האַרצן. ער האָט מיך געפֿונען מיט די אױגן און איז צוגעגאַנגען צו מיר. ״װאָס ביסטו אַנטלאָפֿן?״ - האָט ער געזאָגט און האָט מיר אָפּגעשטעקט צװײ פּעטש. דערנאָך האָט ער מיך פֿאַר אַן אױער אַרױסגעפֿירט פֿון קלױז און געהײסן גײן מיט אים עסן. די גאַנצע ישיבֿה איז אַרױסגעלאָפֿן אױף מײַן בײזװוּנדער, און איך האָב זיך געפּרוּװט שטעלן אַנטקעגן, אָבער מײַן מורא איז געװען צו גרױס, און איך בין געגאַנגען. ער האָט מיך אַװעקגעפֿירט צו זיך, אַװעקגעשטעלט פֿאַר מיר אַ טעלער מיט פֿלײש און געהײסן עסן. איך האָב זיך געװאָרגן און געגעסן, און ער איז די גאַנצע צײַט געשטאַנען איבער מײַן קאָפּ. די בוניכע האָט זיך שװײַגנדיק אַרומגעדרײט איבער דער שטוב מיט אַ פֿאַרבונדענער באַק. דאָס מײדל איז ניט געװען אין דער הײם. אַז דער טעלער איז געװאָרן לײדיק, האָט בוני מיך נישט געלאָזן בענטשן, װי ער האָט מיר פֿריִער נישט געגעבן קײן צײַט זיך צו װאַשן. - און איצטער גײ צו אַל די רוחות, - האָט ער געזאָגט, - און מער זאָל זיך דאָ דײַן פֿוס נישט געפֿינען. איך האָב זיך אָפּגעזונדערט פֿון אַלעמען אין דער ישיבֿה, און אין דער שטיל האָב איך געקרעכצט און זיך געדרײט װי פֿון בױכשמערצן. פֿון גײן צו טאַבאַטשניקן אין הױז האָב איך גאָר טראַכטן נישט געקאָנט: מיר האָט זיך געדאַכט - די גאַנצע װעלט װײסט פֿון מײַן בזיון און געפֿאַלנקײט. שבת צום טיש האָט סטיסי די אלמנה געװאָרפֿן בליקן פֿון מיר אױף איר טאָכטער און פֿון דער טאָכטער אױף מיר. נאָר זי האָט גאָרנישט ניט געזאָגט. דעם זעלבן שבת האָב איך ערגעץ געהערט - אַ קלײן שטעטל - אַז איסר טאַבאַטשניקס טאָכטער פֿאָרט זונטאָג אין דער פֿרי קײן טשערקאַס, צוריק צו זיך אַהײם. דער קלאַפּ איז געװען אַ טעמפּער, װײַל איך בין אַרומגעגאַנגען װי אַ פֿאַרשלאָפֿענער, נאָר זונטאָג אין מיטן שחרית האָב איך זיך אױפֿגעכאַפּט: איך האָב אַראָפּגענומען די תּפֿילין און בין אַװעקגעלאָפֿן צום טײַך. איך האָב שיר נישט פֿאַרשפּעטיקט. דער פּאַראָכאָד איז שױן געװען בײַ דער פּריסטאַן, מענטשן זענען אַרומגעלאָפֿן איבערן בריקל הין און צוריק, און איך האָב זיך מיט שװעריקײט דורכגעשטופּט צום פּאַרענטש. איך האָב זי אױסגעזוכט מיט די אױגן צװישן עולם אױפֿן אױבערשטן דעק, פֿונװאַנען זי האָט אַראָפּגערעדט צו איר מוטער און שװעסטערל אױף דער פּריסטאַן. װידער אַ נײַער גילגול: אין אַ גרױען קלײד און אַ מענערשן רעקל װי די סטודענטן טראָגן; אױפֿן קאָפּ אַ שװאַרצער שטרױענער הוט מיט ברײטע ראַנדן און מיט אַ שטײענדיקער פֿעדער; אַ גלײַכע, אַ זיכערע, און מיט אַ גאַנץ אַנדערער, פֿעסטער שטים, - די נגידישע שנור פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. װי װײַט זי איז געװען פֿון מיר פֿריִער, איז זי איצט װי אָפּגעטראָטן װײַטער. האָט עס מײַן בליק זי צוגעצױגן? זי האָט אױסגעדרײט דעם קאָפּ צו מײַן זײַט און האָט אַ װײַלע געקוקט מיר גלײַך אין די אױגן. דערנאָך האָט זי האַסטיק אָפּגעװענדט דעם קאָפּ, האָט אַרױסגענומען דאָס קינד פֿונעם װיגעלע װאָס איז געשטאַנען נעבן איר, האָט עס צוריק אַרײַנגעלײגט און גענומען שרײַען אַרונטער: - זײַט געזונט, זײַט געזונט! טעמקע, זײַ אַ גוט קינד, פֿאַרשאַף ניט דער מאַמען קײן יסורים, טעמקע! - דער פֿײַף פֿון פּאַראָכאָד האָט איבערגעריסן איר קול. דאָס בריקל איז אַראָפּגעצױגן געװאָרן, די פּאַרע האָט געטאָן אַ קאָך-אַרױס ערגעץ פֿון דער זײַט פֿון שיף - און תּיקף האָט דאָס שװאַרצע װאַסער צװישן דער פּריסטאַן און דעם פּאַראָכאָד גענומען װערן ברײטער.- מיט אַ האַלב װערסט װײַטער איז דאָס שיף פֿאַרשװוּנדען אַרום אַ קני פֿון טײַך. נישט װײַט פֿון דער פּריסטאַן איז געװען דער פּלאַץ װוּ מיר פֿלעגן זיך באָדן, און איך בין אַװעק אַהין, האָב זיך אױסגעטאָן און זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן זאַמד. ערגעץ װײַט אױף יענער זײַט טײַך איז אַנטשטאַנען אין דער לופֿט עפּעס אַזױנס װי אַ גרױס שטיק װאַטע, איז גלײַך צעגאַנגען אין דער שײַן, און אַן אַנדערס איז אױפֿגעשטיגן אַ ביסל װײַטער, און נאָך אײנס און נאָך אײנס: דאָס איז אַ צוג געגאַנגען אױף דער װײַטער באַן-ליניע און געשיקט אין דער הױך פּוכיקע קנױלן דאַמף, נאָר קײן קלאַנג האָט מען נישט געהערט. ״ער װעט אַהער קײן מאָל נישט דערגײן״, האָב איך הױך געזאָגט. די זון האָט געברענט, דער טײַך האָט געפֿלאַמט און געפֿינקלט איר אַנטקעגן, און איך, אַ נאַקעטער מענטש, בין געזעסן אױפֿן הײסן זאַמד, מיטן קאָפּ כּמעט צװישן די קני - געזעסן לאַנג, מסתּמא געטראַכט עפּעס און, דאַכט זיך, אפֿילו אײַנגעדרימלט אױף עטלעכע סעקונדן. דערנאָך האָב איך זיך אָנגעטאָן נישט-געבאָדענערהײט.- אױפֿן װעג צוריק בין איך אָפּגעטראָטן בײַ סטיסי דער אלמנה אין שטוב. - צירל, - האָב איך געזאָגט, - איך בין געקומען נאָך מײַנע פּאָר שטיקלעך גרעט. איך פֿאָר אַװעק. אירע באַקן און איר שטערן זענען געװאָרן גרױלעך. - יאָ, - האָב איך צוגעלײגט, - מ'רופֿט מיך אַהײם: מײַן פֿאָטער איז קראַנק, מסוכּן קראַנק. די שײנע אױגן אינעם ניט-שײנעם פּנים זענען געװאָרן גרױס. - אײַער פֿאָטער? - איר האָט דאָך געזאָגט, אַז איר האָט ניט קײן פֿאָטער - אַז איר זענט אַ יתום? ... - אַזױ האָב איך געזאָגט? נו, אַז איך האָב געזאָגט, בין איך מסתּמא אַ יתום ... - איך פֿאָר אַװעק, צירל, איך פֿאָר אַװעק. זײַט געזונט. איך בין שױן געװען אױף דער גאַס װען זי האָט מיר נאָכגערופֿן, שטײענדיק אין דער טיר מיט אַ פּעקל אין האַנט: - איר האָט פֿאַרגעסן אײַער גרעט. - מײַן װאָס? - האָב איך געזאָגט. זי איז געשטאַנען מיט פֿאַרשנורעװעטע ליפּן, מיטן פּעקל אױסגעשטרעקט צו מיר. - זײַט געזונט, צירל, - האָב איך אַרױסגערעדט, װײכער װי פֿריִער, - זײַט געזונט. זי האָט גאָרנישט ניט געזאָגט, נאָר סטאַטעטשנע פֿאַרנײגט דעם קאָפּ. - אין אַ שעה אַרום בין איך שױן געװען צוריק אױף דער פּריסטאַן, בײַם פֿענצטערל פֿון דער קאַסע, און האָב פֿאַרלאַנגט אַ בילעט. דער קאַסיר, אַ מיטליעריקער פּאָליאַק מיט בײזלעכע אױגן און בלאָנדע, פּריצישע װאָנצעס, האָט געפֿרעגט: װוּהין. איך בין געבליבן אין פֿאַרלעגנהײט, און ער איז געשטאַנען און געװאַרט אױף מײַן ענטפֿער. טשערקאַס איז אַראָפּ טײַך, אַה? ... - אַרױף-װאַסער, - האָב איך געזאָגט. ער האָט מיך אָנגעקוקט אַ װײַלע מיט אַ זױערער מינע. - ביז קיִעװ? - יאָ-יאָ, ביז קיִעװ... איך בין אַרױס אױף דער פֿאָרנדיקער פּלאַטפֿאָרמע. ס'איז געװען פֿרי, און קײן פּאַסאַזשירן זענען געװען נאָך נישט געקומען. די זון איז שױן געשטאַנען הינטער אונדז, און דער שאָטן פֿון דער פּריסטאַן איז שאַרף און שװאַרץ געליגן אױפֿן טײַך. װײַטער אַהין איז דאָס װאַסער געװען געל װי בױמל, און איבער דער גאַנצער ברײט פֿונעם טײַך האָבן די פֿעטע געדיכטע װאַסערן, װי ריזיקע חילות אָן אַ צאָל און אָן אַ סוף, געצױגן - געצױגן - געצױגן פֿון עק פֿון דער װעלט צו עק פֿון דער װעלט. - און איצט לאָמיר טראַכטן.- __________________________________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון יאַן יאַנק, לעאָנאַרד פּראַגער און רפֿאל פֿינקל. Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved