יצחק באַשעװיס זינגער גימפּל תּם א איך בין גימפּל תּם. איך האַלט מיך נישט פֿאַר קײן נאַר. פֿאַרקערט. נאָר די לײַט רופֿן מיך מיט אַזאַ צונעמעניש. מ׳האָט מיך אָנגעהײבן רופֿן אַזױ נאָך אין חדר. זיבן צונעמען האָב איך געהאַט, װי יתרו: טראָפּ, חמור-אײזל, האָר-פֿלאַקס, לעקיש, גלאָמפּ, שמױגער און תּם. דער לעצטער נאָמען האָט זיך צו מיר צוגעקלעפּט. װאָס איז געװען מײַן נאַרישקײט? באשר מ׳האָט מיר גרינג געקאָנט אָפּנאַרן. מ׳האָט געזאָגט: גימפּל. דו װײסט, די רביצין איז געלעגן געװאָרן, בין איך נישט געקומען אין חדר. נו, האָט זיך אַרױסגעװיזן אַז ס׳איז געװען אַ ליגן. פֿון װאַנען האָב איך דאָס געזאָלט װיסן? װײַל זי האָט נישט געהאַט קײן גראָבן בױך. נו, האָב איך נישט געקוקט אױף דער רביצינס בױך. איז דאָס אַ נאַרישקײט? אָבער די קונדסים האָבן געלאַכט, געכיכעט, מיר אַקעגנגעטאַנצט און מיר אָפּגעלײענט אַ קריאת-שמע לײענען: אל מלך, קאַטשקע דרײ זיך, אַנשטאָט ראָזשינקעס, װאָס מ׳טײלט בײַ אַ קימפּעטאָרין, האָט מען מיר אַרײַנגעשטופּט אַ הױפֿן ציגן-באָבקעס. װי איר קוקט מיך אָן בין איך נישט געװען קײן מלופּים-קינד. אַז כ׳האָב דערלאַנגט אַ פּאַטש האָט מען געזען קראָקע. אָבער כ׳בין בטבֿע נישט קײן שלעגער. כ׳טראַכט: זאָל מײַנס איבערגײן. דעריבער האָט מען אין מיר אַ קונה. כ׳בין געגאַנגען פֿון חדר און הער װי אַ הונט בילט. כ׳האָב נישט קײן מורא פֿאַר קײן הינט, אָבער כ׳װיל נישט אָנהײבן מיט קײן כּלבֿ. ער קאָן אַ מאָל זײַן משוגע און אַז ער טוט דיר אַ ביס, װעט דיר קײן טאָטער נישט העלפֿן. נו, האָב איך געמאַכט פֿיס. כ׳טו אַ קוק: דער גאַנצער מאַרק קױלערט זיך פֿון געלעכטער. ס׳איז נישט געװען קײן הונט, נאָר װאָלף-לײב גנבֿ עליו השנאָבל. װי האָב איך דאָס געקאָנט װיסן? אַז ר׳האָט פֿאָרט געהױלט װי אַ צױג. אַז די עכבראָשים האָבן דערשמעקט, אַז כ׳לאָז מיך נאַרן, האָט יעדער אײנער געפּרוּװט ס׳מזל. גימפּל, דער קײסער קומט קײן פֿראַמפּאָל; גימפּל, די לבֿנה איז אַראָפּגעפֿאַלן אין טורבין; גימפּל, האָדעלע שמױש האָט געפֿונען אַן אוצר הינטערן באָד. און איך, גולם, האָב געגלײבט. װאָרן ערשטנס קען אַלץ טרעפֿן, װי ס׳שטײט אין פּרק, כ׳געדענק שױן נישט װי אַזױ. צװײטנס האָב איך שױן געמוזט גלײבן, אַז גאַנץ קהל פֿאַרלײגט זיך אױף אַ מענטש! טאָמער האָב איך אַ מאָל געפּרוּװט זאָגן: ע, ס׳איז צופֿלײַסן, איז געװאָרן אַ שװערעניש. אַלע זײַנען געװאָרן פֿײַער און פֿלאַם. סטײַטש, גלײבסט ניש׳ אַזאַ זאַך. האַלטסט גאַנץ פֿראַמפּאָל פֿאַר ליגנער. װאָס האָב איך געזאָלט טאָן? כ׳האָב געגלײבט און זאָל די לצים װױל באַקומען. אַ יתום בין איך געװען. דער זײדע, װאָס האָט מיך געהאָדעװעט, האָט שױן געשמעקט צו דער ערד. בקיצור, מ׳האָט מיך אַװעקגעגעבן צו אַ בעקער. נו, פֿרעגט שױן ניש׳ װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן. יעדע מױד און יעדעס װײַבל, װאָס איז געקומען אָפּבאַקן אַ בעקן קיכלעך אָדער טריקענען אַ בלעך פֿאַרפֿעל, האָט מיך געמוזט כאָטש אײן מאָל אָפּנאַרן. גימפּל, אױפֿן הימל איז אַ יאַריד. גימפּל, דער רבֿ האָט זיך אָפּגעקעלבט און געהאַט אַ זיבעלע. אַ קו איז געפֿלױגן איבערן דאַך און געלײגט מעשענע אײער. אַ מאָל קומט אַ ישיבֿה-בחור קױפֿן אַ פֿלאַם-פּלעצל און ער טוט אַ זאָג: דו, גימפּל, שאַרסט מיט דער לאָפּעטע און דרױסן איז געקומען משיח, ס׳איז תּחית המתים. סטײַטש, זאָג איך, מ׳האָט דאָך נישט געהערט בלאָזן שופֿר. זאָגט ער: ביסט טױב? און אַלע נעמען שרײַען: מיר׳ן געהערט, געהערט. אַזױ װי ער רעדט קומט רײצע די ליכט-ציִערין און טוט אַ רוף מיט איר הײזעריק קול: גימפּל, דײַנע טאַטע-מאַמע זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון קבֿר. זײ זוכן דיך אַרום. למאַי זאָל איך זאָגן, כ׳האָב גאַנץ גוט געװוּסט, אַז ס׳איז נישט-געשטױגן נישט-געפֿלױגן, אָבער פֿאָרט, מענטשן רעדן. כ׳האָב אָנגעטאָן דעם שפּענצער און גײ אַרױס. אפֿשר יאָ. װאָס פֿאַרליר איך דאָ? נו-נו, האָט מען מיר געמאַכט אַ קאַצן-מוזיק מיט אַ פּעקל. כ׳האָב געטאָן אַ נדר מער גאָרנישט צו גלײבן. האָט װידער נישט געטױגט. מ׳האָט מיך אַזױ צעמישט, אַז כ׳האָב שױן נישט געװוּסט װוּ אײַן און װוּ אױס. כ׳בין אַװעק צום רבֿ פֿרעגן אַן עצה. זאָגט ער: ס׳שטײט: בעסער זײ אַ שוטה אַלע יאָרן אײדער אײן שעה אַ רשע. דו ביסט, זאָגט ער, ניש׳ קײן נאַר. די נאַראָנים זײַנען זײ, װײַל אַז מ׳פֿאַרשעמט דעם אַנדערן, פֿאַרלירט מען יענע װעלט. פֿונדעסטװעגן האָט מיך דעם רבֿס טאָכטער אָפּגענאַרט. אַז כ׳בין אַרױס פֿון בית-דין-שטוב, זאָגט זי: האָסט שױן געקושט די װאַנט? זאָג איך: נײן. צו װאָס? זאָגט זי: ס׳איז דאָ אַזאַ דין, אַז מ׳קומט צום רבֿ קושט מען די װאַנט. נו, מײַנסטהאַלבן, האָב איך געטאָן אַ קוש אין בײַשטידל. ס׳קאָסט מיך טײַער? און זי טוט אַ בעטש אַרױס מיט אַ געלעכטער. באַװיזן אַ קונץ און געלײזט בײַ גימפּלען. כ׳האָב שױן געװאָלט אַװעק אין אַן אַנדער שטאָט, אָבער דערװײַל האָט דער עולם מיר גענומען רעדן אַ שידוך. ס׳הײסט גערעדט? מ׳האָט מיר די פּאָלעס אָפּגעריסן. כ׳האָב געקריגן אַ װאַסער אין אױער. זי איז געװען אַ װײַבל, האָט מען מיר אײַנגערעדט, אַז זי איז אַ מױד. זי האָט געהונקען אױף אַ פֿוס, האָט מען מיר אײַנגעשמועסט, אַז זי מאַכט זיך אַזױ, פֿון שײנקײט װעגן. זי האָט געהאַט אַ ממזר, האָבן זײ געזאָגט, אַז ס׳איז אַ ייִנגערער ברודער. כ׳האָב געשריגן: אומזיסט אײַערע רײד. כ׳על מיט דער הור צו דער חופּה ניש׳ גײן. האָבן זײ געטענהט: אַז דו רעדסט שױן יאָ אַזױ שײן, װעט מען דיך נעמען צום רבֿ און װעסט צאָלן קנס, װײַל האָסט געמאַכט אַ שם אַ ייִדישער טאָכטער. כ׳האָב געזען, אַז כ׳על שױן קײן גאַנצער פֿון זײערע הענט נישט אַרױס, טראַכט איך: מײַן כפּרה איז עס. איך בין דער מאַנסביל, נישט זי. אױב ס׳איז איר ליב, איז מיר ניחא. צװײטנס, מ׳קאָן דאָך נישט שטאַרבן אין לײַבסערדאַקל. כ׳בין אַװעק צו איר אין לײמענעם הײַזל אױפֿן זאַמד, און די גאַנצע קאַפּעליע איז מיר נאָכגעגאַנגען, װי אַ בערן-טרײַבער. װען מ׳איז צוגעקומען צום ברונעם, האָבן זײ זיך פֿונדעסטװעגן אָפּגעשטעלט. מיט עלקען האָבן זײ מורא געהאַט אָנצוהײבן. זי האָט געהאַט אַ מײַלכל װי אױף שרױפֿן. כ׳בין אַרײַן אינעװײניק. ס׳גאַנצע הױז איז געװען אַ שטיבל אָן אַ בריק. פֿון װאַנט צו װאַנט זײַנען געװען פֿאַרצױגן שטריק און ס׳האָט זיך געטרוקנט װעש. זי איז געשטאַנען אַ באָרװעסע בײַ דער באַליע און געװאַשן גרעט. אָנגעטאָן איז זי געװען אין אַ באַרכאַטן קלײדל. זי האָט געהאַט צװײ צעפּעלעך, װי, להבֿדיל, אַ שיקסע, פֿאַרדרײט אין בײדע זײַטן אין קרענצלעך. ס׳האָט מיר אַזש פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם. זי האָט שױן אַ פּנים, געװוּסט װער כ׳בין, װײַל זי טוט אױף מיר אַ קוק און זאָגט: - ס׳קאָצל קומט, ר׳איז דאָך דאָ, דער יאָלד. נעם אַ בענקל און װער צעזעצט. כ׳האָב איר אַלץ דערצײלט, גאָרנישט געלײקנט. זאָג מיר דעם אמת, זאָג איך, ביסטו אױף דער װאָר אַ בתולה און איז טאַקע דער יונג יחיאל מזיק דײַן ברידערל? מאַך ניש׳ אױס מיר קײן חוזק, זאָג איך, װײַל כ׳בין אַ יתום. כ׳בין אױך אַ יתומה, ענטפֿערט זי, און װער ס׳מאַכט אױס דיר חוזק, דעם זאָל אָנװאַקסן אַ חוזק אױף דער נאָז. נאָר זאָל ק״ק׳לע-קהל נישט מײנען, אַז מ׳קאָן אין מיר האָבן ס׳גענאַר. איך װיל, זאָגט זי, פֿופֿציק גילדן נדן און אַן אױסשטײַער. װען נישט, קאָנען זײ מיר קושן אין װי-הײסט-מען-עס (זי׳ט גערעדט געמײנע רײד). זאָג איך: נדן גיט דאָך די כּלה, נישט דער חתן. זאָגט זי: דינג דיך ניש׳ מיט מיר. יאָ - יאָ, נײן - נײן, גײ פֿון װאַנען ביסט געקומען. כ׳האָב שױן געמײנט, אַז ס׳עט פֿון דעם טײג קײן ברױט ניש׳ זײַן, אָבער ס׳איז נישטאָ קײן אָרעם קהל. מ׳האָט איר אַלץ נאָכגעגעבן און מ׳האָט געמאַכט אַ חתונה. ס׳איז גראָד געװען אַן אונטערגאַנג פֿון לאַקיסרעכץ און די חופּה האָט מען געשטעלט אױפֿן בית-עולם נעבן טהרה-שטיבל. די חבֿרה-לײַט האָבן זיך אָנגעשיכּורט. בײַם שרײַבן די כתובה הער איך װי דער דיין פֿרעגט: איז די כּלה אַ גרושה, אָדער אַן אלמנה? בײדע, ענטפֿערט די גבאיטע. ס׳איז מיר געװאָרן פֿינצטער אין די אױגן, אָבער װאָס האָב איך געקאָנט טאָן? אַנטלױפֿן פֿון אונטער דער חופּה? מ׳האָט אָפּגעשפּילט און אָפּגעטאַנצט. אַ באָבע האָט מיר אַקעגנגעטאַנצט מיט אַ קױלעטש. דער בדחן האָט געמאַכט אַן אל מלא רחמים. חדר-ייִנגלעך האָבן געװאָרפֿן שטעכלקעס. װי תּשעה-באבֿ. ס׳איז געפֿאַלן אַ סך דרשה-געשאַנק: אַ לאָקשן-ברעט, אַ מולטער, אַ שאַף, בעזעמער, קאָכלעפֿל, אַ גאַנצע בעל-הבתּשקײט. כ׳טו אַ קוק: צװײ יונגען טראָגן אַ װיג. װאָס עפּעס אַ װיג? פֿרעג איך. זאָגט מען מיר: זאָל דיר דער קאָפּ נישט דאַרן. ס׳איז רעכט. ס׳איז צונוץ-קומען. כ׳האָב שױן געזען, אַז מ׳האָט מיך געפֿירט אין באָד אַרײַן. אָבער צוריקגעשמועסט, װאָס האָב איך דאָ פֿאַרלױרן? כ׳האָב מיר געקלערט; כ׳על אָפּװאַרטן און זען ס׳גרײטע. אַ גאַנצע שטאָט איז דאָך נישט משוגע. ב באַנאַכט בין איך געקומען צום װײַבס געלעגער, אָבער זי לאָזט מיך נישט אַרײַן. סטײַטש, זאָג איך, דערױף האָבן מיר חתונה געהאַט? זאָגט זי: כ׳בין טרײף געװאָרן. ס׳הײסט, טענה איך, מ׳האָט דאָך ערשט נעכטן דיר געפֿירט מיט כּלי-זמר אין מיקװה אַרײַן. זאָגט זי: הײַנט איז ניש׳ נעכטן און נעכטן איז ניש׳ הײַנט. אױב ס׳געפֿעלט דיר נישט, נעם ס׳פּעקל. בקיצור, כ׳האָב געװאַרט. ס׳גײט נישט אַװעק פֿיר חדשים און מײַנע נעמט גײן צו קינד. גאַנץ פֿראַמפּאָל האָט געלאַכט אין די פֿױסטן אַרײַן, אָבער װאָס האָב איך געקאָנט טאָן? זי איז פֿאָרט געלעגן אין יסורים. זי האָט געריסן די װענט. גימפּל, שרײַט זי, כ׳בין פֿאַרבײַ. זײ מיר מוחל! די שטוב איז געװאָרן פֿול מיט װײַבער. מ׳האָט געקאָכט טעפּ װאַסער, װי צו טהרה. די געװאַלדן זענען געגאַנגען צום הימל. הכּלל, כ׳בין אַװעק אין בית-מדרש זאָגן תּהילים. מער האָבן די װױלע יונגען נישט געדאַרפֿט. איך בין געשטאַנען אין אַ װינקל און געבעטן גאָט, און זײ האָבן אױף מיר געשאָקלט מיט די קעפּ. זאָג, האָבן זײ מיר אונטערגעגעבן חשק, פֿון זאָגן װערט מען ניש׳ טראָגן. אײנער אַ שנעק האָט מיר דערלאַנגט אַ שטרױװיש צום מױל: אַ בהמה דאַרף עסן שטרױ. כ׳לעבן, ר׳איז גערעכט געװען אױך. זי איז צו מזל געלעגן געװאָרן און געהאַט אַ בן זכר. פֿרײַטיק-צו-נאַכט טוט דער שמשׂ אַ שפּאַן אַרױף אױפֿן באַלעמער, דערלאַנגט אַ קלאַפּ אין שולחן און רופֿט אױס: הנגיד ר׳ גימפּל פֿאַרבעט דעם גאַנצן עולם אױף אַ שלום-זכר. ס׳גאַנצע בית-מדרש האָט געלאַכט. ס׳פּנים איז מיר פֿאַרפּאַטשט געװאָרן. אָבער װאָס האָב איך געקענט טאָן? כ׳בין פֿאָרט געװען דער בעל-ברית. ס׳איז זיך אָנגעלאָפֿן אַ האַלבע שטאָט. מ׳האָט קײן שפּילקע נישט געקאָנט אַרײַנשטעקן. װײַבער האָבן געבראַכט געפֿעפֿערטע אַרבעס און מ׳האָט געקריגן פֿון שענק אַ פֿאַסעלע ביר. כ׳האָב געגעסן און געטרונקען גלײַך מיט אַלעמען און מ׳האָט מיר געװוּנטשן מזל-טובֿ. דערנאָך האָט מען געמאַכט אַ ברית און כ׳האָב אַ נאָמען געטאָן דעם ייִנגל נאָך מײַן טאַטן עליו השלום. אַז אַלע זײַנען אַװעק און איך בין געבליבן מיט דער געװינערין אַלײן, האָט זי אַרױסגעשטעקט דעם קאָפּ פֿון פֿאָרהאַנג און מיך צוגערופֿן צום בעט. גימפּל, זאָגט זי, װאָס שװײַגסטו? אַ שיף מיט זױער-מילך איז דיר אונטערגעגאַנגען? װאָס זאָל איך רעדן, זאָג איך, שײן האָסטו מיר אָפּגעטאָן. װען מײַן מאַמע װאָלט דאָס דערלעבט, װאָלט זי נאָך אַ מאָל געשטאָרבן. זאָגט זי: ביסט מטורף אָדער װאָס? סטײַטש, זאָג איך, װי מאַכט מען דאָס מאַנסביל אַזױ צום נאַר? װאָס טוט זיך מיט דיר? פֿרעגט זי. װאָס האָסטו דיר אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַרײַן? כ׳האָב געזען. אַז כ׳מוז מיט איר רעדן אָפֿענע דיבורים, זאָג איך: אַזױ טוט מען מיט אַ יתום? אַ ממזר האָסטו געבױרן. זאָגט זי: שלאָג דיר אַרױס פֿון זיך די נאַרישקײטן. ס׳איז דײַן קינד. װי אַזױ איז דאָס מײַן קינד. טענה איך, אַז האָסט עס געהאַט זיבעצן װאָכן נאָך דער חתונה? דערצײלט זי מיר אַ מעשׂה, אַז ס׳איז אַ זיבעלע. זאָג איך: אַ זיבעלע איז נישט קײן פֿינפֿטל. נעמט זי טענהן באשר זי האָט געהאַט אַ באָבען, האָט זי אין גאַנצן געטראָגן פֿינף חדשים און זי געראָט אין איר אַרײַן װי צװײ טראָפּנס װאַסער. זי שװערט דערבײַ מיט אַזױנע שבועות, אַז מ׳װאָלט געקאָנט גלײבן אַ גױ אױפֿן יאַריד. דעם אמת געזאָגט, האָב איך נישט געגלײבט; אָבער אַז כ׳האָב מאָרגן איבערגערעדט מיט אַ מלמד, האָט ער מיר געזאָגט אַז אַזאַ זאַך װערט געבראַכט אין דער גמרא. אדם און חוה זײַנען אַרױף אױפֿן בעט צװײ און אַראָפּ זענען זײ פֿיר. נו, זאָגט ער, יעדער אישה איז דער מוטער חוהס אַן אוראײניקל, און װאָס איז עלקע ערגער פֿון חוהן? אַזױ צי אַזױ, מ׳האָט מיר פֿאַררעדט די צײן. און צוריקגעשמועסט, װער װײסט? אָט זאָגט מען דאָך. אַז ס׳יױזל האָט אין גאַנצן קײן טאַטן נישט געהאַט. כ׳האָב שױן אָנגעהײבן פֿאַרגעסן מײַן בראָך. כ׳האָב ליב געהאַט ס׳קינד אַ געװאַלד און ער האָט מיך אױך ליב געהאַט. װי נאָר ר׳האָט מיך דערזען, אַזױ האָט ער אָנגעהײבן מאַכן מיט די הענטלעך, כ׳זאָל אים נעמען. אַז ר׳האָט זיך געריסן אָדער זיך פֿאַרקײַכט, האָט אים קײנער נישט געקאָנט אײַנשטילן אַ חוץ מיר. איך האָב אים געקױפֿט אַ בײנערן בײגעלע, אַ קאַפּעלע געלײשט מיט גאָלד. יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק האָט מען אים געטאָן אַ בײז אױג און כ׳בין געלאָפֿן אָפּשפּרעכן. געאַרבעט האָב איך דעמאָלט װי אַן אָקס. אַז ס׳איז דאָ אַן עופֿעלע אין הױז, איז ס׳באַדערפֿעניש גרעסער. למאַי זאָל איך ליגן זאָגן? כ׳האָב זי, עלקען, אױך נישט פֿײַנט געהאַט. זי האָט מיך געזידלט און געשאָלטן און איך בין איר געקראָכן אונטער די נעגל. אױ, האָט זי געהאַט אַ כּוח! אַז זי האָט אױף דיר אַ קוק געטאָן מיר איר קוקעלע, ביסטו געװאָרן אַ געפּלעפֿטער. הײַנט אירע רײדעלעך! זי שיט מיט פּעך און שװעבל און ס׳איז מלא חן, אױסצוקושן יעדעס װאָרט. זי קריכט דיר אַרײַן אין דער זיבעטער ריפּ און דו ליגסט אױפֿן פּיעקעליק אין געהאַקטע װוּנדן און װילסט נאָך. עלהײ אַ געבראָטנס. אין אָװנט האָב איך איר אַ חוץ ברױט געבראַכט אַ חלה, װאָס כ׳האָב אײגנס אָפּגעבאַקן פֿאַר אירעט װעגן, און אַ פּאָר זעמעלעך. כ׳בין צוליב איר געװאָרן אַ גנבֿ און געלקחענט װאָס כ׳האָב נאָר געקענט: דאָ אַ שטיקל קוכן און דאָרט אַ מאַקאָראָנדל, פֿון דאַנען אַ ראָזשינקע און פֿון דאָרט אַ מאַנדל. ס׳זאָל מיר צו קײן גנאי נישט זײַן: כ׳פֿלעג עפֿענען שבת טשאָלנטער און אַרױסנעמען אַ פֿאָדעם פֿלײש, אַ פּיצל קוגל, אַ קנעפּל, אַ פֿיסל, אַ שטיקל קישקע, װאָס ס׳האָט זיך געלאָזט. זי האָט געגעסן און געװאָרן שײן און פֿעט. אַ גאַנצע װאָך האָב איך נישט גענעכטיקט אין דער הײם. פֿרײַטיק-צו-נאַכט פֿלעג איך קומען צו איר, נאָר זי האָט אַלע מאָל געהאַט אַן אױסרײד. דאָ האָט איר געברענט אונטערן לעפֿעלע און דאָ האָט זי געשטאָכן אין דער זײַט; דאָ האָט זי געהאַט אַ שלוקערץ און דאָ אַ קאָפּ-װײטיק. הײַנט די װײַבערשע שאלות! פֿרעג נישט, כ׳בין אױסגעריסן געװאָרן. דערצו איז דער ברודער אירער, דער ממזר, אונטערגעװאַקסן. ער האָט מיך געשלאָגן און אַז איך האָב געװאָלט צוריק טאָן. האָט זי דערלאַנגט אַ מענה לשון, אַז ס׳איז מיר גרין געװאָרן פֿאַר די אױגן. צען מאָל אין טאָג האָט זי מיר געװאָרפֿן דעם גט פֿאַר די פֿיס. אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט װאָלט אַנטלאָפֿן װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט; אָבער איך בין בטבֿע אַ פֿאַרשװײַגער. נו, הכּלל, װאָס זאָל מען טאָן? אַז גאָט גיט פּלײצעס מוז מען שלעפּן דעם פּאַק. אין אײנער אַ נאַכט האָט געטראָפֿן אין דער בעקערײַ אַ צרה: דער אױװן האָט געפּלאַצט און ס׳איז שיער נישט געװאָרן אַ שרפֿה. אַזױ װי איך האָב נישט געהאַט װאָס צו טאָן, בין איך מיר אַװעק אַהײם. לאָמיך, טראַכט איך, אױך אַ מאָל פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון שלאָפֿן אין בעט אין אַ מיטן מיטװאָך. כ׳האָב נישט געװאָלט אױפֿװעקן ס׳פּיצעלע און בין אַרײַן אין דער שטיל, אױף די שפּיץ פֿינגער. כ׳קום אַרײַן אין מײַן שטיבל און עפּעס הער איך אַ טאָפּלט שנאָרכן. אײן שנאָרך אַ דינער און דער אַנדערער - װי פֿון אַ געקױלעטן אָקס. די מעשׂה איז מיר באַלד נישט געפֿעלן. כ׳גײ צו צום בעט און ס׳װערט מיר פֿינצטער אין פּופּיק: נעבן עלקען ליגט אַ מאַנסביל. אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט װאָלט געמאַכט אַ געשרײ, אַז אַ האַלבע שטאָט װאָלט זיך צונױפֿגעלאָפֿן; אָבער איך האָב געטראַכט: צו װאָס איבערװעקן ס׳קינד? װאָס איז דאָס שװעלבעלע נעבעך שולדיק? מילא כ׳בין צוריק אַװעק אין דער בעקערײַ און אַװעקגעלײגט אױף די זעק מעל. כ׳האָב ביז פֿאַרטאָג נישט געקאָנט קײן אױג צוטאָן. ס׳האָט מיך געװאָרפֿן װי אין קדחת. גענוג, טראַכט איך, געװען אַן אײזל. גימפּל װעט זיך מער מישט לאָזן אָנפֿײַפֿן אַן אױער. צו גימפּלס נאַרישקײטן איז אױך דאָ אַ גרענעץ. אין דער פֿרי בין איך אַװעק צום רבֿ פֿרעגן אַ שאלה. אין שטעטל איז געװאָרן אַ האַרמידער. מ׳האָט גלײַך געשיקט נאָך דעם שמשׂ. מײַן װײַב איז געקומען מיטן קינדעלע אױף די הענט. און װאָס, מײנט איר, האָט זי געטאָן? געלײקנט שטײן און בײן. ר׳איז זאָגט זי, פֿון זינען אַראָפּ. כ׳װײס נישט פֿון קײן פּתרון און פֿון קײן חלום. מ׳האָט אױף איר געשריגן, זי געװאָרנט, געקלאַפּט אין טיש, נאָר זי בלײַבט בײַם איריקן: מ׳מאַכט אױף איר אַ פֿאַלשן בלבול. די קצבים און די פֿערד-הענדלער האָבן זיך געשטעלט אױף איר צד. אַ קײַלער-יונג קומט צו מיר צו און זאָגט מיר: ביסט בײַ אונדז אַ געצײלטער. דערװײַל האָט ס׳קינד זיך גענומען רײַסן און זיך נעבעך אײַנגעריכט. אין בית-דין-שטוב איז געשטאַנען אַן אָרון-קודש און מ׳האָט זי אַװעקגעשיקט. איך זאָג צום רבין: װאָס זאָל איך טאָן? זאָגט ער: מוזט זי באַלד גטן. און אַז זי׳ט נישט נעמען קײן גט? פֿרעג איך. זאָגט ער: װעסטו איר אָנהענגען. זאָג איך: גוט, רבי, כ׳על מיך איבערקלערן. ס׳איז נישטאָ װאָס צו קלערן, זאָגט דער רבֿ, טאָרסט מיט איר נישט זײַן אונטער אײן באַלקן. און אַז כ׳על װעלן זען ס׳קינד? - פֿרעג איך. דאַרפֿסט נישט זען ס׳קינד, זאָגט דער רבֿ, זאָל זי גײן, די זונה, צוזאַמען מיט אירע ממזרים! ער גיט אַרױס אַ פּסק, אַז כ׳טאָר אַפֿילו איר שװעל נישט איבערטרעטן. קײן מאָל נישט. װי לאַנג כ׳על לעבן. באַטאָג האָט עס מיך אַזױ נישט געאַרט. מילא נו, טראַכט איך, דער בלאָטער האָט געמוזט פּלאַצן. אָבער בײַ נאַכט, אַז כ׳האָב מיך אַװעקגעלײגט אױף די זעק, איז מיר געװאָרן ביטער. אַ בענקשאַפֿט האָט מיך אָנגעכאַפּט צו איר און צום קינד. כ׳האָב געװאָלט זײַן אױף איר בײז, נאָר דאָס איז מײַן אאומגליק: כ׳קען נישט זײַן בײז. ערשטנס, טראַכט איך, מאלע אַ מענטש באַנאַרישט זיך. מסתּמא האָט דער יונגאַטש געמאַכט צו איר אַן אײגל, אפֿשר איר געגעבן אַ מתּנה, און אַ נקבֿה האָט לאַנגע האָר און אַ קורצן שׂכל, האָט ער זי איבערגערעדט. צװײטנס, אַז זי לײקנט אַזױ, אפֿשר איז עס געװען אַ פֿאַרבלענדעניש? ס׳טרעפֿט אַ מאָל מ׳זעט עפּעס אַ געשטאַלט, צי אַ מענטשעלע, נאָר אַז קומסט צו נאָענט, לאָזט זיך אױס אַ טײַך. אױב אַזױ, געשעט דאָך איר אַן עװלה. װי כ׳טראַכט אַזױ, הײב איך אָן צו װײנען. כ׳האָב אַזױ געהערשט, אַז ס׳מעל איז נאַס געװאָרן. צומאָרגנס אין דער פֿרי בין איך אַװעק צום רבֿ און געזאָגט, אַז כ׳האָב געהאַט אַ טעות. דער רבֿ האָט פֿאַרשריבן מיט אַ גענדזענער פּען און געענטפֿערט, אַז ער װעט שיקן אַ שאלת-תּשובֿה. ביז דעמאָלט טאָר איך מיך צום װײַב נישט דערנענטערן. אָבער כ׳האָב געמעגט איר שיקן מיט אַ שליח געבעקס און געלט אױף איר אױסקומעניש. ג דרײַ פֿערטל יאָר האָט געדױערט ביז די רבנים זענען צװישן זיך דורכגעקומען. בריװ זענען געגאַנגען אַהין און צוריק. כ׳האָב נישט געװוּסט, אַז מ׳קען לערנען אַזױ פֿיל תּורה װעגן אַזאַ זאַך. אין דער צײַט האָט עלקע אױסגעטראָגן און געהאַט נאָך אַ קינד. ס׳איז דאָס מאָל געװען אַ מײדל. כ׳בין שבת געװען אין שול און געמאַכט דער האָבערין אַ מי שברך. מ׳האָט מיך אױפֿגערופֿן צום ספֿר און כ׳האָב געגעבן אַ נאָמען, נאָך מײַן שװיגער עליה השלום. די באָד-יונגען, װאָס זײַנען אַרײַנגעקומען אין דער בעקערײַ, האָבן געהאַט װאָס צו דרעשן מיט די צינגער. גאַנץ פֿראַמפּאָל האָט זיך געקװיקט מיט מײַן שאַנד. אָבער איך האָב בײַ מיר אָפּגעפֿאַסט פֿון הײַנט אָן אַלץ צו גלײבן. װאָס קומט אַרױס אַז דו גלײבסט נישט? הײַנט גלײבסטו ניש׳ דעם װײַב, מאָרגן װעסטו נישט גלײבן אין גאָט. כ׳האָב איר יעדן טאָג געשיקט מיט אַ געזעל, װאָס האָט געװױנט אין שכנות, אַ קאָרן-ברעטל, אַ װײצן-ברעטל און אַ מאָל צוגעלײגט אַ שטריצל, אַ פּלעצל, אַ פּאָר אײער-בײגעלעך, און ס׳האָט זיך גראָד געמאַכט: אַ שטיקל באָבעלע, אַ פּעניץ לעקעך, אַ קיכל, אַ רעפֿטל פֿלאָדן, װאָס ס׳איז אַרײַנגעפֿאַלן. דער געזעל איז געװען אַ גוטהאַרציקער יונג. ער האָט איר נישט אײן מאָל צוגעלײגט געבעקס פֿון זײַן חלק. פֿריִער פֿלעגט ער טשעפּען צו מיר, מיר שנעלן אין דער נאָז, שטראָכן אין די זײַטן, אָבער זינט ר׳איז געװאָרן אַן אײַנגײער אין מײַן שטוב, איז ער געװען װי צו מכּה צוצולײגן. הײ, דו, גימפּל, האָט ער מיר געזאָגט, האָסט אַ װױל װײַבל און צװײ פֿײַנע קינדערלעך. ביסט זײ אָסור ניש׳ װערט. װאָס זאָגסטו דערצו לײַט רעדן? - האָב איך אים געפֿרעגט. מענטשן האָבן לאַנגע צינגער, מאָטלען זײ - האָט ער געענטפֿערט - זאָל עס דיך אַרן װי דער פֿאַריעריקער פֿראָסט. אין אײנעם אַ טאָג האָט דער רבֿ געשיקט נאָך מיר און ער זאָגט: ביסט זיכער, גימפּל, אַז האָסט געהאַט אַ טעות? זאָג איך: אַװדאי, רבי. סטײַטש זאָגט ער, האָסט דאָך אַלײן געזען. ס׳האָט געמוזט זײַן אַ שאָטן, זאָג איך. אַ שאָטן, פֿרעגט ער, פֿון װאָס? און איך ענטפֿער: פֿון אַ באַלקן. נו, זאָגט ער, קאָנסט צוריקגײן אַהײם. האָסט אַלץ צו פֿאַרדאַנקען דעם יאַנאָװער רבֿ. ער האָט געפֿונען אַ פֿאַרװאָרפֿענעם רמב״ם. איך האָב אַ כאָפּ געטאָן דעם רבינס האַנט און אַ קוש געטאָן. אין אָנהײב האָב איך געװאָלט גלײַך אַהײם לױפֿן. אַ קלײניקײט, מ׳זעט נישט אַ װײַב און קינדער אַזױ לאַנג. דערנאָך טראַכט איך: איכ׳ל בעסער זיך אומקערן צו דער אַרבעט און אַהײם גײן בײַ נאַכט. איך האָב קײנעם נישט געזאָגט קײן װאָרט, נאָר אין האַרץ איז געװען יום-טובֿ. די מױדן און די װײַבלעך האָבן, װי יעדן טאָג, זיך גערײצט מיט מיר און געמאַכט אױס מיר ס׳געשפּעט, נאָר איך טראַכט מיר: רעדט אױפֿגאַרטלדיק. דער אמת איז אַרױס װי בױמל אױפֿן װאַסער. אַז דער רמב״ם זאָגט כּשר, איז כּשר. בײַ נאַכט, נאָך דעם װי כ׳האָב צוגעדעקט ס׳טײג ס׳זאָל יױרן, נעם איך מיר מײַן פּאָרציע ברױט, שיט אָן אַ זעקעלע מיט געבײַטלט מעל און לאָז מיך גײן אַהײם. אין הימל שטײט אַ פֿולע לבֿנה און די שטערן פֿינקלען סכּנות נפֿשות. איך שפּאַן און פֿאָראױס לױפֿט אַ לאַנגער שאָטן. ס׳איז געװען װינטער און אַ פֿרישער שנײ איז געהאַט אָנגעפֿאַלן. מיר װילט זיך זינגען, נאָר ס׳איז שױן שפּעטלעך און כ׳על נישט גײן אױפֿװעקן די בעלי-בתּים. כ׳װעל פֿײַפֿן, נאָר דאָ דערמאָן איך מיך, אַז מ׳טאָר נישט פֿײַפֿן קעגן נאַכט צו, װײַל מ׳רופֿט די שדים. שװײַג איך און שפּרײַז אַזױ גיך װי כ׳קאָן. הינט אין די גױישע הײף דערהערן מײַנע טריט און בילן אױף מיר, נאָר איך קלער מיר: שרײַט אױף די צײן. איר זענט כּלבֿים און איך בין אַ מענטש, אַ מאַן פֿון אַ לײַטיש װײַבל, אַ טאַטע פֿון געראָטענע קינדערלעך. איך קום צו צו מײַן הײַזל און ס׳האַרץ נעמט מיר קלאַפּן װי בײַ אַ גזלן. כ׳האָב נישט קײן פּחד, נאָר ס׳האַרץ זעצט: בוך, בוך... נו, פֿאַרפֿאַלן. כ׳עפֿן אױף שטילערהײט ס׳קײטל פֿון דער טיר און קום אַרײַן. עלקע שלאָפֿט שױן. כ׳בלײַב שטײן און טו אַ קוק אױף דער װיג. דער לאָדן איז פֿאַרמאַכט, אָבער דורך די שפּאַלטן שײַנט אַרײַן די לבֿנה. כ׳זע דאָס קלײנע פּנימל פֿון דעם מײדעלע און כ׳קריג עס גלײַך ליב. אָט אַזױ, מיט אײן מאָל. כ׳װאָלט איר שױן געקאָנט אױסקושן אַלע בײנדעלעך. דערנאָך דערנענטער איך מיך צום בעט. און װאָס, אַ שטײגער, זע איך דאָרט? עלקע ליגט און נעבן איר - דער געזעל. די לבֿנה האָט זיך מיט אײן מאָל אױסגעלאָשן. פֿאַר די אױגן איז מיר פֿינצטער חושך. הענט און פֿיס ציטערן מיר. די צײן נעמען מיר פּױקען. ס׳ברױט טוט מיר אַ פֿאַל אַרױס פֿון די הענט. מײַן װײַב װעקט זיך איבער און פֿרעגט: װער איז דאָרט, האַ?... - דאָס בין איך - מורמל איך. גימפּל? - פֿרעגט זי - װי נעמסטו דיך עפּעס אַהער? דו מעגסט דען? דער רבֿ האָט געהײסן - ענטפֿער איך און ס׳װאַרפֿט מיך װי אין קדחת. הער מיך אױס, גימפּל, זאָגט זי, גײ אַרױס אין דרױסן צום קעמערל און גיב אַ קוק צו דער ציג. זי איז, דאַכט זיך, חולה. איך האָב פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז מיר האָבן געהאַט אַ ציג. דערהערט, אַז די קאָזע איז נישט מיט אַלעמען, גײ איך אַרױס אױפֿן הױף. ס׳איז געװען אַ װױל באַשעפֿעניש. כ׳בין צו איר געװען צוגעבונדן װי, להבֿדיל, צו אַ מענטש. כ׳גײ צו צום קעמערל מיט שטױכלענדיקע טריט און עפֿן אױף ס׳טירל. די ציג שטײט אױף די פֿיר פֿיס. כ׳טאַפּ זי אַרום, צי זי בײַ די הערנער, ריר אָן איר אײַטער. כ׳זע ניש׳ קײן שום שלעכטס. אַװדאי זיך אָנגעפֿרעסן מיט צו פֿיל קאָרע, קלער איך. אַ גוטע נאַכט דיר, קאָזעלע, זאָג איך. זײַ מיר געזונט און שטאַרק; און די שטומע חיה ענטפֿערט מיר אָפּ מיט אַ מע, אַ שטײגער װי זי װאָלט מיר געװאָלט זאָגן אױף שטום-לשון: אַ שײנעם דאַנק. איך קער זיך אום און זע, אַז דער געזעל איז אױסגערונען. װוּ, פֿרעג איך, איז דער יונג? װאָס פֿאַר אַ יונג? - פֿרעגט צוריק מײַן װײַבל. סטײַטש, זאָג איך, דער געזעל. ביסט דאָך מיט אים געשלאָפֿן. װאָס ס׳האָט זיך מיר געחלומט די נאַכט און יענע נאַכט, טוט מײַן װײַבל אַ רוף, זאָל אױסגײן צו דײַן קאָפּ און דײַן לײַב און לעבן. נישט אַנדערש, זאָגט זי, נאָר אַ נישט-גוטס האָט זיך אין דיר באַזעצט און פֿאַרבלענדט דיר די אױגן. זי טוט אַ געשרײ: דו ניכפּהניק, דו מאָן-קאַלב, דו צוריקגעשריגענער, דו קאָלטן, אַרױס פֿון דאַנען, װאָרן כ׳על מאַכן אַ געװאַלד, װעט גאַנץ פֿראַמפּאָל זיך צונױפֿקומען. אײדער װאָס אײדער װען טוט אַ שפּרינג אַפֿער איר ברודער פֿון הינטערן פּיעקעליק און דערלאַנגט מיר מיט דער פֿױסט אַ זעץ גלײַך אין נאַקן אַרײַן. כ׳האָב געמײנט, ר׳עט מיר דעם געניק צעברעכן. כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז עפּעס איז דער מער מיט מיר און כ'טענה צו איר: מאַך ניש׳ ס׳לײַטישע געלעכטער. מער, זאָג איך, פֿעלט נישט, נאָר מ׳זאָל מיר מאַכן אַ שם אַז כ׳האָב צו טאָן מיט יענע לײַט. קײנער װעט זיך נישט צורירן צו מײַן געבעקס. בקיצור, כ׳האָב זי װי ס׳איז אײַנגענומען. נו, אַ סוף, זאָגט זי, לײג דיך און װער ראָד געבראָכן. צומאָרגנס האָב איך אַװעקגערופֿן דעם געזעל אױף אַ סוד. הער מיך אױס, ברודער, זאָג איך, אַזױ און אַזױ. װאָס זאָגסטו? קוקט ער מיך אָן װי כ׳װאָלט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דאַך. כ׳לעבן, זאָגט ער, גײ אַרײַן צו אַ רופֿא, אָדער צו אַן אַלטער גױע. כ׳האָב מורא, זאָגט ער, אַז ס׳פֿעלט דיר אַ קלעפּקע אין קאָפּ. נאָר מײַן כּפּרה ביסטו. איכ׳ל קײנעם ניש׳ דערצײלן. פּתח שין שאַ. און אַזױ איז געבליבן. צו מאַכן אַ לאַנגע מעשׂה קורץ: כ׳האָב אָפּגעלעבט מיט מײַן װײַב איבער צװאַנציק יאָר. זעקס קינדערלעך האָט זי מיר געהאַט: פֿיר מײדלעך און צװײ ייִנגלעך. אין דער צײַט האָבן פּאַסירט אַלערלײ זאַכן, נאָר כ׳האָב ניש׳ געזען און ניש׳ געהערט. כ׳האָב געגלײבט און װײַטער גאָרנישט. דער רבֿ האָט מיר אַנומלטן געזאָגט: אַז דו גלײבסט, איז װױל דיר. ס׳שטײט, אַז אַ צדיק לעבט מיט זײַן אמונה. מיט אַ מאָל איז מײַן װײַב שלאַף געװאָרן. אָנגעהײבן האָט זיך עס מיט אַ קלײניקײט, אַ גריזל אױף דער ברוסט. נאָר זי האָט, אַ פּנים, נישט געהאַט קײן יאָרן. כ׳האָב אױסגעגעבן אױף איר אַ פֿאַרמעגן. כ׳האָב פֿאַרגעסן צו זאָגן, אַז כ׳האָב שױן דעמאָלט געהאַט אַ בעקערײַ פֿאַר זיך און מ׳האָט מיך שױן געהאַלטן אין פֿראַמפּאָל פֿאַר אַ שטיקל נגיד. יעדן טאָג איז געקומען דער רופֿא. װוּ אַ כּישוף-מאַכערין האָט מען זי געבראַכט צו מיר. מ׳האָט געפּסלט, געשטעלט פּיאַװקעס, באַנקעס. מ׳האָט אַפֿילו געבראַכט אַ דאָקטאָר פֿון לובלין, נאָר ס׳איז געװען צו שפּעט. פֿאַרן טױט רופֿט זי מיך צו צום בעט און זאָגט: גימפּל, זײ מיר מוחל. זאָג איך: װאָס האָב איך דיר מוחל צו זײַן? ביסט געװען אַ געטרײַ װײַב. זאָגט זי: װײ, גימפּל, כ׳האָב דיך נעבעך מיאוס גענאַרט, אַלע יאָרן. כ׳װיל אַװעק צו גאָט רײן. זײַ װיסן, אַז די קינדער זענען נישט דײַנע. װען מ׳דערלאַנגט מיר מיט אַ שטאַנג איבערן קאָפּ, װאָלט איך נישט אַזױ צעמישט געװאָרן. װעמענס זענען זײ? - פֿרעג איך. כ׳װײס ניש׳, זאָגט זי, ס׳זענען געװען אַ סך, נאָר דײַנע זענען זײ נישט. און אַזױ װי זי רעדט, טוט זי אַ פֿאַרװאַרף ס׳קעפּל, אַ פֿאַרגלאָץ די אױגן און ס׳איז אױס עלקע. אױף די װײַסע ליפּן איז געבליבן אַ שמײכל. ס׳דאַכט זיך מיר, אַז זי זאָגט טױטערהײט: כ׳האָב אָפּגענאַרט גימפּלען. דאָס איז געװען דער תּכלית פֿון מײַנע פֿאַרשניטענע יאָרן... ד אײן מאָל בײַ נאַכט, נאָך דער שבעה, װען כ׳בין געלעגן אױף די זעק און געדרימלט, איז געקומען צו מיר יענער פּאַרשױן, טאַקע דער יצר-הרע אַלײן, און זאָגט צו מיר: גימפּל, װאָס שלאָפֿסטו? זאָג איך: װאָס זאָל איך טאָן? עסן קרעפּלעך? זאָגט ער: אַז די גאַנצע װעלט נאַרט דיך, נאַר דו די װעלט. זאָג איך: װי אַזױ קאָן איך אָפּנאַרן אַ װעלט? ענטפֿערט ער: זאַמל אָן יעדן טאָג אַן עמער השתּנה און בײַ נאַכט טו עס אַרײַן אין יױרעכץ. זאָלן זײ, זאָגט ער, פֿרעסן אומרײנקײט, די פֿראַמפּאָלער חכמים. זאָג איך: װאָס איז מכּוח יענער װעלט? זאָגט ער: ס׳איז נישטאָ קײן יענע-װעלט. מ׳האָט דיר אײַנגערעדט אַ קאַץ אין בױך. נו, זאָג איך, און אַ גאָט איז דאָ? זאָגט ער: ס׳איז קײן גאָט אױך נישטאָ. װאָס זשע, זאָג איך, איז יאָ דאָ? זאָגט ער: אַ טיפֿע בלאָטע. ער שטײט מיר פֿאַר די אױגן, דער בעל דבר: מיט אַ ציגל-בערדל, מיט הערנער פֿון אַ באָק, מיט לאַנגע צײן און אַ װײדל. דערהערט אַזױנע װערטער, האָב איך אים געװאָלט אָנכאַפּן בײַם עק, נאָר כ׳האָב מיך אַראָפּגעקױלערט פֿון די זעק מעל און שיער נישט צעבראָכן אַ ריפּ. כ׳האָב גראָד געדאַרפֿט טאָן מײַן באַדערפֿעניש און דאָ דערזע איך ס׳גרױסע טײג און ס׳בעט זיך ממש: טו עס אָפּ. בקיצור כ׳האָב מיר געלאָזט איבעררעדן. פֿאַרטאָג איז געקומען דער געזעל, מיר האָבן אױסגעקנעטן די ברעטלעך, באַשאָטן מיט קימל און אַרײַנגעזעצט. דערנאָך איז דער יונג אַװעק און איך בין געבליבן זיצן אין גרוב בײַם אױװן, אױף אַ הױפֿן שמאַטעס. נו, טראַכט איך, האָסט נקמה גענומען, גימפּל, פֿאַר אַלע בזיונות. אין דרױסן האָט געקנאַקט דער פֿראָסט, נאָר דאָ איז געװען װאַרעם. ס׳האָט געגליט אין פּנים. כ׳האָב אײַנגעבױגן דעם קאָפּ און בין אַנטדרימלט געװאָרן. װי כ׳שלאָף-אײַן, קומט מיר צו חלום עלקע, אָנגעטאָן אין תּכריכים, און טוט אַ רוף: װאָס האָסטו אָפּגעטאָן, גימפּל? זאָג איך: ס׳איז אַלץ דײַן שולד, און הײב אָן צו װײנען. זאָגט זי: דו תּם, און אַז עלקע איז פֿאַלש, איז שױן אַלץ ליגן? איך אַלײן האָב אױך קײנעם נישט אָפּגענאַרט אַחוץ מיך אַלײן. כ׳צאָל פֿאַר אַלץ, גימפּל; מ׳שענקט דאָרט גאָרנישט! כ׳טו אַ קוק אױף איר פּנים: שװאַרץ װי קױל. באַלד האָב איך מיך אױפֿגעכאַפּט. אַ לאַנגע װײַל בין איך געבליבן זיצן אַ פֿאַרשטומטער. כ׳האָב געפֿילט װי אַלץ הענגט אױף דער װאָגשאָל. אײן טריט - און כ׳פֿאַרליר עולם הבא. אָבער גאָט האָט מיר געהאָלפֿן. כ׳האָב אַ כאַפּ געטאָן די לאָפּעטע, אַרױסגערוקט אַלע לאַבנס, זײ אַרױסגעטראָגן אױפֿן הױף און גענומען גראָבן אַ גרוב און דער געפֿרױרענער ערד. דערװײַל קומט אָן מײַן יונג. בעל-הבית, זאָגט ער, װאָס טוט איר? און ער װערט בלײַך װי אַ מת. ס׳איז אַלץ רעכט, זאָג איך און כ׳באַגראָב פֿאַר זײַנע אױגן ס׳גאַנצע געבעקס. דערנאָך בין איך אַװעק אַהײם, אַרױסגענומען פֿון באַהעלטעניש ס׳פּעקל פּאַפּירן-געלט און צעטײלט צװישן די קינדער. כ׳האָב הײַנט בײַ נאַכט, זאָג איך, געזען אײַער מאַמען. זי װערט נעבעך גוט פֿאַרשװאַרצט. זײ זײַנען געװאָרן אַזױ פֿאַרבליפֿט, אַז זײ האָבן נישט געקאָנט קײן װאָרט אַרױסרעדן. זײַט געזונט, זאָג איך צו זײ, און פֿאַרגעסט, אַז ס׳איז געװען אַ מאָל אַ גימפּל. איך טו אָן מײַן טוזליק, אַ פּאָר שטיװל, נעם דעם טלית-זאַק אין אײן האַנט, דעם שטעקן - אין דער אַנדערער, און קוש די מזוזה. װען די לײַט האָבן מיך דערזען אין גאַס, זענען זײ שטאַרק פֿאַרחידושט געװאָרן. װוּ גײט איר ערגעץ? - פֿרעגן זײ מיך, און איך ענטפֿער: כ׳גײ אין דער װעלט אַרײַן. און אַזױ בין איך אַװעק פֿון פֿראַמפּאָל. איך האָב געװאָגלט איבער דער מדינה און גוטע מענטשן האָבן מיך נישט פֿאַרלאָזט. יאָרן זענען אַװעק. כ׳בין געװאָרן אַלט און גרױ. אַ סך מעשׂיות האָב איך מיך אָנגעהערט, אַ סך שקרים און אױסטראַכטעכצער, אָבער װאָס לענגער כ׳האָב געלעבט, אַלץ מער האָב איך אײַנגעזען, אַז קײן ליגנערס זענען גאָרנישט פֿאַראַן. אױב עפּעס געשעט נישט מיט האָצמאַכן, איז מיט גרונמען. אױב נישט הײַנט, איז מאָרגן, איבער אַ יאָר, אָדער גאָר איבער הונדערט יאָר. װאָס איז די נפֿקא מינה? נישט אײן מאָל װען כ׳האָב געהערט פֿון אַ טראַף האָב איך געקלערט: דאָס קאָן שׂױן נישט געמאָלט זײַן - און ס׳גײט נישט אַװעק קײן יאָר אָדער צװײ װי כ׳הער ס׳איז טאַקע ערגעץ װוּ פֿראַמפּאָלן. אַפֿילו װען אַ מעשׂה איז שױן אױסגעטראַכט, האָט זי אױך אַ האַפֿט. פֿאַר װאָס קלערט אײנער אױס אַזאַ זאַך און דער צװײטער - אַן אַנדערע? אַזױ װי כ׳גײ איבער די הײַזער און עס בײַ פֿרעמדע טישן, קומט מיר אָפֿט אױס צו דערצײלן מעשׂיות - נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, מיט אַ שד, אַ װילקאָלאַק, אַ כּישוף-מאַכער, אַ װינטמיל, װײסעך-װאָס. די קינדער יאָגן מיך אַרום: זײדעשי, דערצײלט אַ מעשׂה. אַ מאָל זאָגן זײ מיר פֿון װאָס צו דערצײלן און כ׳טו זײ צוליב. אַ דאגה האָב איך. אײן מאָל זאָגט צו מיר אַ פּעמפּיק: זײדע, ס׳איז אַלץ די אײגענע מעשׂה. און כ׳לעבן ר׳איז גערעכט געװען, דער שײגאַץ. אַזױ איז דאָס אױך מיט חלומות. שױן אַזױ פֿיל יאָרן װי כ׳בין אַװעק פֿון פֿראַמפּאָל, און װי נאָר כ׳טו צו אַן אױג - בין איך װידער דאָרט; און װעמען, מײנט איר, זע איך? עלקען. זי שטײט בײַ דער באַליע װעש, װי אין ערשטן טאָג פֿון אונדזער באַגעגעניש, נאָר ס׳פּנים שײַנט, די אױגן זײַנען ליכטיק, װי בײַ אַ צדיקת, און זי רעדט צו מיר אױסטערלישע רײד. װען כ׳קום אױף, האָב איך אַלץ פֿאַרגעסן, אָבער דערװײַל איז מיר װױל. זי פֿאַרענטפֿערט מיר אַלע קשיות און ס׳קומט אױס אַז אַלץ איז רעכט. כ׳װײן פֿאַר איר און בעט איר: נעם מיך צו דיר, און זי טרײסט מיך: האָב געדולט, גימפּל. ס׳איז שױן נעענטער װי װײַטער. צומאָל קושט זי מיך, האַלדזט מיך, װײנט אױף מײַן פּנים, און אַז כ׳װעק מיך אױף, שפּיר איך אירע ליפּן און דעם געזאַלצענעם טעם פֿון אירע טרערן. אַװדאי איז די װעלט אַן עולם השקר, אָבער זי איז אײן טריט פֿון דער אמתער װעלט. פֿאַר דער טיר פֿון הקדש, װוּ כ׳ליג, שטײט ס׳טהרה ברעט. דער קברות-ייִד האָט גרײט דעם רידל. ס׳קבֿר װאַרט. די װערעם זענען הונגעריק. די תּכריכים ליגן בײַ מיר אין דער טאָרבע. אַן אַנדער שנאָרער װאַרט שױן אױף מײַן בינטל שטרױ. מירטשעם, אַז די צײַט װעט קומען, װעל איך גײן אַהין מיט פֿרײד. װאָס ס׳זאָל דאָרט נישט זײַן, אַלץ איז װאָר, אָן פֿאַרדרײענישן, אָן לצנות און שװינדל. גאָט צו דאַנקען: דאָרט קאָן מען אַפֿילו גימפּלען אױך נישט אָפּנאַרן. __________________________________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון שאָשקע-רײזל יוני, נח מילער, לעאָנאַרד פּראַגער און רפֿאל פֿינקל. Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved