איציק מאַנגער די מעשׂיות פֿון הערשל זומערװינט מעשׂה. די מעשׂיות האָט מיר דערצײלט הערשל זומערװינט בײַ פּאַנטולע גוי אין דער טשאַינע, װוּ ייִדישע טרעגערס, װאַסער-פֿירערס און סתּם האָרעפּאַשניקעס פֿלעגן קומען טרינקען טײ צװישן פֿינף און זעקס נאָך מיטאָג. אַלע מעשׂיות, װאָס הערשל האָט דערצײלט, זענען געװען אױסטערליש ביז גאָר, און אַלע מעשׂיות זענען געװען אמתע, װײַל זײ האָבן זיך געטראָפֿן מיט אים אַלײן. אױב איר זעט נאָך הײַנט צו טאָג אַן אױסגעשטערנטן הימל, װײסט איר װעמען איר האָט צו פֿאַרדאַנקען? קײנער נישט, אַחוץ הערשל זומערװינטן. געשען איז דאָס אַ מאָל, װען ער, הערשל, איז נאָך געװען אַ קלײן חדר-ייִנגל. אין גאַנצן אַ יאָר עלף. אַ שטיפֿער איז ער געװען אײנער אין דער װעלט; שמיץ האָט ער געכאַפּט פֿונעם רבין, װי פֿיל ס'איז נאָר אין אים אַרײַן; יעדן נײַעם קאַנטשיק האָט ער פֿאַרזוכט דער ערשטער. נאָר די שמיץ פֿונעם רבין זענען געװען אַ גאָרנישט מיט אַ נישט אַנטקעגן דעם קנײַפּן פֿון דער שטיפֿמאַמע. הערשלס מאַמע איז געשטאָרבן, װען זי איז געגאַנגען מיט אים צו קינד. ער איז געבױרן געװאָרן אַ יתום. און די שטיפֿמאַמע, װאָס דער טאַטע האָט אין אַ צײַט אַרום אַראָפּגעבראָכט פֿון דער פֿרעמד, האָט אים, הערשלען, נישט ליב געהאַט, און ס'איז אַ סברה, אַז נישט אומזיסט. הערשל איז איר דערגאַנגען די יאָרן. האָט זי אים געשיקט אַ גאַנג, איז ער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אױף אַ גאַנצן טאָג; אַהײם געקומען ערשט צו װעטשערע. װען דער טאַטע פֿלעגט אַהײם קומען פֿונעם מאַרק אַן אָפּגעהאָרעװעטער, אַ מידער, פֿלעגט די שטיפֿמאַמע אױסגיסן פֿאַר אים איר גאַנץ ביטער האַרץ: "הערשל אַזױ" און "הערשל אַזױ." דער טאַטע, בטבֿע אַ גוטער, האָט אים קײן מאָל נישט געשלאָגן. אמת, ער האָט געהאַט עגמת-נפֿש פֿון הערשלס "שטיקלעך," ס'האָט אים בפֿירוש געאַרט, און אַז די שטיפֿמאַמע האָט פֿאַרענדיקט איר "צושטעלן אַ בענקעלע," פֿלעגט ער טרױעריק אַ שמײכל טאָן: - ער װעט נאָך זײַן אַ לײַט, זלאַטע, זאָרג זיך נישט. װעסט נאָך זען, אַז ער װעט זײַן אַ לײַט, נאָר ... פֿון די "אָרעמע לײַט." זעענדיק אַז דער טאַטע קומט אָפּ דעם גאַנצן ענין מיט אַ װערטל, האָט די שטיפֿמאַמע זיך אַלײן אַן עצה געגעבן. קנײַפּן האָט זי געקענט, האָט זי אים געקניפּן. פֿון יעדן קניפּ האָט ער, װי מען זאָגט, "געזען קראָקע מיט לעמבעריק." און הערשל האָט געענטפֿערט אױף איר קנײַפּן מיט נײַע "שטיקלעך" און מיט נײַע "שפּיצלעך." אָט אַזאַ איז ער געװען. אַ שטיפֿער אײנער אין דער װעלט. דער סאָמאָראָדנער פֿון אַלע קונדסים. בײַ זײ אין שטוב האָט זיך אַרומגעדרײט אַ האָן, װי בײַ זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן. דער דאָזיקער האָן האָט געטאָן װאָס ער האָט געװאָלט, אָנגעמאַכט דאָרטן, װוּ ער האָט געװאָלט. קײנער האָט אים נישט גע/טשעפּעט. קײנער האָט אים נישט געפֿרעגט קײן שאלות. די שטיפֿמאַמע, װאָס איז צו הערשלען געװען ערגער װי אַ כּלבֿ, איז צום האָן געװען ממש װי אַ טױב. די שטיפֿמאַמע, װאָס האָט געגלױבט אין שׂדים, רוחות און גילגולים, האָט זיך אָנגערעדט, אַז דער האָן איז אַ גילגול פֿון איר ערשטן מאַן הערש-מענדל. זי האָט אים דערקענט אין זײַן "זײַטיקן קוק" און אין זײַן ציטערן מיטן קעפּל. הערש-מענדל מיט די בײנער. אַז קײנער איז נישט געװען אין דער הײם, האָט זי אים טאַקע גערופֿן "הערש-מענדל" און זיך געװישט מיטן פֿאַרטעך די אױגן: - קומסט אָפּ, הערש-מענדל. אַ האָן ביסטו געװאָרן, װײ איז מיר. װער האָט דיך געהײסן נאָכלױפֿן אַלע מײדן, הערש-מענדל? כ'האָב דיך געװאָרנט, הערש-מענדל. איצט ביסטו מגולגל געװאָרן אין אַ האָן, װײ איז מיר. אַ רגע שפּעטער: - דײַן מזל, הערש-מענדל, װאָס ביסט אַרײַנגעפֿאַלן צו מיר אין די הענט און כ'האָב דיך דערקענט. בײַ אַן אַנדערן װאָלט מען דיך שױן פֿון לאַנג געקױלעט, פֿון לאַנג אױפֿגעגעסן און פֿון לאַנג שױן אָן דיך פֿאַרגעסן. און דער האָן הערש-מענדל האָט בפֿירוש געפֿילט, אַז די שטיפֿמאַמע איז אים אַ פֿרײַנד. צי ער האָט אױך דערקענט, אַז זי איז אַ מאָל געװען זײַן װײַב, װײסט נישט הערשל זומערװינט. און דאָס װאָס ער װײסט נישט, װאָס ער נישט דערצײלן. װיפֿל הענער און הינער מען האָט שױן נישט אױסגעקױלעט, הערש-מענדל דער האָן איז געבליבן לעבן, באַהיט און באַשיצט פֿון דער שטיפֿמאַמען, װאָס האָט אים אפֿילו געגעבן פֿון צײַט צו צײַט עסן הינערשע פּולקעס פֿון אַנדערע געקױלעטע הינער. די שטיפֿמאַמע האָט זיך דערמאָנט, אַז איר ערשטער מאַן, הערש-מענדל, האָט ליב געהאַט אַ הינערשע פּולקע, ס'לעבן. פֿאַרשטײט זיך, אַז הערשל זומערװינט האָט פֿײַנט געהאַט הערש-מענדל דעם האָן, װײַל ער האָט פֿײַנט געהאַט די שטיפֿמאַמע. װוּ ער האָט נאָר געקענט, איז ער דעם האָן דערגאַנגען די יאָרן. פֿון אױסרײַסן פֿעדערן אײנציקװײַז, רעדט מען שױן נישט. האָט דער האָן געכאַפּט אַ דרימל, האָט אים הערשל אױפֿגעװעקט. האָט ער דעם האָן אָנגעטראָגן אין הױף, האָט ער אים אַזױ לאַנג געיאָגט, ביז דער האָן האָט אַרױפֿגעפֿלאַטערט אױפֿן פּלױט און זיך הײזעריק צעקרײעט, גערופֿן צו הילף די שטיפֿמאַמע. די שטיפֿמאַמע, דערהערנדיק דעם פֿאַרצװײפֿלטן קרײ פֿון הערש-מענדל דעם האָן, איז געקומען צו לױפֿן נישט-טױט נישט-לעבעדיק און אים אױסגעלײזט פֿון הערשלס הענט. פֿאַר דער שטיפֿמאַמע איז יעדער הײזעריקער קרײ פֿונעם האָן געװען נאָך אַ סימן, אַז זי האָט דאָ צו טאָן מיט אַ גילגול פֿון איר ערשטן מאַן, ע"ה. אַזױ פֿלעגט ער קרײען, װען מען פֿלעגט אים מכבֿד זײַן מיט אַן עליה. מאַכט זיך אַ מאָל, דער שטיפֿער הערשל האָט װידער געיאָגט דעם האָן איבערן הױף. דער האָן האָט זיך מיט צעפּלאָשעטע פֿליגל געטראָגן װי אַ נישט-גוטער. הערשל האָט דערפֿון װילד הנאה געהאַט. ער האָט זיך געיאָגט נאָך אים און געזונגען דאָס לידל, װאָס ער האָט אַלײן צוגעטראַכט אַ װאָך אױף צופֿריִער, װען ער האָט געזען דעם האָן פּיקן אַ הינערשע פּולקע: הערש-מענדל הינער-פֿרעסער, דו זאָלסט נישט װאַקסן גרעסער. דער האָן איז, װי זײַן שטײגער אין אַזאַ סכּנה, אַרױף אױפֿן פּלױט. נאָר הערשל האָט אים נישט צו רו געלאָזט. ער האָט געקרײעט, גערופֿן צו הילף די שטיפֿמאַמע. די שטיפֿמאַמע איז אָבער נישט געװען אין דער הײם. זי איז גראָד געגאַנגען עפּעס אײַנקױפֿן אין שפּײַז-געװעלבל. אױפֿן װעג האָט זי אָנגעטראָפֿן גיטל די שפּרעכערין און מיט איר פֿאַרפֿירט אַ שמועס װעגן שׂדים, רוחות און גילגולים, און אַנדערע װײַבערשע זאַכן. װען זי איז אַהײם געקומען, האָט זי געטראָפֿן אונדזער הערשל אַ צעפֿלאַמטן, אַ גליקלעכן, זיך יאָגנדיק נאָכן האָן, און דער האָן האָט שױן קױם-קױם געכאָרכלט. אַז הערשל האָט געלײזט דאָס זײַניקע, איז איבעריק צו דערצײלן. די שטיפֿמאַמע האָט אים גוט-גוט אָנגעדרײט די אױערן. הערשל האָט זיך קױם אַרױסגעריסן פֿון אירע הענט. אַנטלױפֿנדיק האָט ער איר אַרױסגעשטעלט די צונג און טאַקע תּיכּף זיך צעזונגען איבער דער גאַנצער גאַס, קינד און קײט זאָלן הערן: הערש-מענדל הינער-פֿרעסער, דו זאָלסט נישט װאַקסן גרעסער. די שטיפֿמאַמע האָט געהאַלטן דעם אױסגעלײזטן האָן אין אירע אָרעמס, אים צוגעטוליעט צום האַרצן און געשעפּטשעט: - קומסט אָפּ, הערשל-מענדל, װײ איז מיר! און דעם אַנטלױפֿנדיקן הערשל האָט זי נאָכגעשריגן: - װאַרט, װאַרט, אַז דו װעסט אַהײם קומען צו װעטשערע, װעסטו ערשט כאַפּן דאָס דײַניקע. פֿאַרשטײט זיך, אַז הערשל איז נישט אַהײם געקומען צו װעטשערע. אַ הונגעריקער, האָט ער זיך אַרומגעדרײט איבער די גאַסן. אין דמיון געזען װי הערש-מענדל דער האָן פּיקט אַ הינערשע פּולקע, װי די שטיפֿמאַמע װינטשט אים צו מיטן גאַנצן האַרצן: - עס, עס, הערש-מענדל, זאָל זיך װױל באַקומען! הערשל האָט חרטה געהאַט. צו װאָס האָט עס אים געטױגט! איצט טאָטשעט אים דער הונגער, נאָר אַהײם גײן האָט ער מורא. בײַ נאַכט, װען אַלע זענען שױן געשלאָפֿן, איז הערשל אַהײם געקומען. שטיל, אױף די שפּיץ פֿינגער, איז ער אַרױפֿגעקראָכן אױפֿן בױדעם און זיך געלײגט אַ הונגעריקער שלאָפֿן. אַ מאָדנעם חלום האָט ער געהאַט: ער אַלײן איז אַ יונג הענדל, אַ פֿאַרשײַטס. די שטיפֿמאַמע, אַ פֿעטע, בכּבֿודיקע הון, פֿירט אים דאָס ערשט מאָל אין חדר אַרײַן. דער מלמד - גאָט מײַנער! - איז הערש-מענדל דער האָן. ער האַלט, װי זײַן שטײגער, דאָס קעפּל אױף אַ זײַט און ער פֿרעגט אים: - קמץ א', װי מאַכט? און טאַקע תּיכּף אַ פּיק אים אין קעפּל. - און קמץ ג', ייִנגעלע? און נאָך אַ מאָל אַ פּיק אים אין קעפּל. אַ דערשראָקענער האָט זיך הערשל אױפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף און זיך אַרומגעקוקט אין אַלע זײַטן. יאָ, ער איז אױפֿן בױדעם, און אַלץ איז געװען אַ חלום. ער האָט אָפּגעאָטעמט און זיך שאַרף אײַנגעהערט. אָבער װער פּיקט עס פֿאָרט? ער איז פּאַמעלעך צוגעקראָכן צום דאַך-פֿענצטערל און אַרױסגעשטעקט דעם קאָפּ. די ערשטע רגע איז הערשל געבליבן װי געפּלעפֿט. דער הימל איז געװען אױסגעשטערנט. אױפֿן שװאַרצן קױמען איז געשטאַנען הערש-מענדל דער האָן און געפּיקט מיט זײַן שאַרפֿן שנאָבל די שטערן. דער נאַרישער האָן האָט געמײנט, אַז דאָס זענען זערנעס. הערשל האָט דערפֿילט די סכּנה. לאָזן הערש-מענדלען אַזױ װײַטער פּיקן די שטערן, מאַכט ער אַ תּל פֿון דער גאַנצער זומערנאַכט, נישט נאָר פֿון דער, נאָר פֿון אַלע שטערננעכט בכלל. װײַל װוּ ס'איז באַקאַנט, לאָזט אײן נאַכט איבער דער צװײטער בירושה די שטערן. הערשל איז פּאַמעלעך אַרױסגעקראָכן דורכן דאַך-פֿענצטערל. אױפֿן בױך האָט ער זיך פּאַמעלעך-פּאַמעלעך דערנענטערט צום קױמען, הערש-מענדל זאָל נישט הערן. און הערש-מענדל דער האָן איז טאַקע געװען אַזױ פֿאַרנומען מיט דער אכילה, אַז ער האָט טאַקע גאָרנישט נישט געהערט. מיט אַ מאָל האָט אים הערשל אַ כאַפּ געטאָן בײַ די פֿליגל. הערש-מענדל דער האָן האָט זיך אַזױ דערשראָקן, אַז פֿאַר שרעק האָט ער צוריק אױסגעבראָכן אַלע שטערן, װאָס ער האָט שױן געהאַט אױסגעפּיקט. הערשל האָט מיטן דערשראָקענעם האָן געדרײט איבערן קאָפּ און געזונגען אַ נײַ לידל, װאָס איז אים גראָד אײַנגעפֿאַלן: הערש-מענדל שטערנפּיקער, די אכילה איז דער עיקר. די שטערן אױפֿן הימל האָבן ממזריש צו אים אַראָפּגעװוּנקען, הערשל האָט פֿאַרשטאַנען זײער מײן: -הערשל, מיר'ן קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן די טובֿה. די ערשטע פּאָר מינוט איז דער האָן געװען אַזױ פּריטשמעליעט. דאָס שטערן-מאָל/צײַט, װאָס ער האָט געפּראַװעט שטילערהײט מיט אַזאַ הנאה, איז אַזױ אומגעריכט איבערגעריסן געװאָרן, אַז ער האָט די ערשטע פּאָר מינוט נישט געװוּסט בכלל, װאָס ס'טוט זיך מיט אים. ערשט װען הערשל האָט מיט אים אָנגעהױבן צו דרײען איבערן קאָפּ און גענומען טאַנצן אַרום דעם קױמען װי אַן אינדיִאַנער, האָט ער זיך מוראדיק צעקרײעט. די הענער פֿונעם שטעטל האָבן אים אָפּגעענטפֿערט, װי ס'איז דער שטײגער פֿון הענער. ס'איז געװאָרן אַזאַ קרײערײַ. אַז די באַלעבאַטים פֿון שטעטל האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט, אָפּגעגאָסן נעגל-װאַסער, געמײנט, אַז ס'טאָגט שױן. הערשלס שטיפֿמאַמע האָט דערהערט דאָס פֿאַרצװײפֿלטע קרײען פֿון איר גילגול... זי האָט דערפֿילט די סכּנה. אין הױלן העמד און מיט דער קאָטשערע אין דער האַנט איז זי אַרױף אױפֿן בױדעם, קױם זיך אַדורכגעשפּאַרט דורכן דאַך-פֿענצטערל. װאָס הערשל האָט אָפּגעלײזט, קענט איר זיך שױן אַלײן פֿאַרשטעלן. די שטיפֿמאַמע האָט אים נישט געזשאַלעװעט. הערשל זומערװינט װײַזט נאָך הײַנט די ברױן-און-בלאָ סימנים פֿון יענע קלעפּ. אָבער ס'האָט זיך געלױנט: -די שטערן האָב איך פֿאָרט געראַטעװעט. הערש-מענדל דער האָן איז פֿון יענער נאַכט אָן געװאָרן עפּעס נישט מיט אַלעמען. אין אַ פּאָר װאָכן אַרום האָט ער פֿאַרװאָרפֿן דעם קעפּל צום לעצטן מאָל אין אַ װינקל פֿונעם הױף. אין װאָס פֿאַר אַ גילגול ער איז הײַנט, װײסט קײנער נישט. ער, הערשל, איז אָבער געקומען צו זיך פֿון די קלעפּ. אַ סימן: אָט לעבט ער און דערצײלט אמתע מעשׂיות װאָס האָבן זיך געטראָפֿן טאַקע מיט אים אַלײן. אָט, למשל, די מעשׂה מיט די פֿײגל: געשען איז דאָס מיט יאָרן קאַריק. הערשל איז דענסטמאָל געװען אַ בחור פֿון אַ יאָר אַכצן-נײַנצן, אַ יונג מיט בײנער. זײַן ייִנגערע שװעסטער אײדל האָט שױן געהאַט חתונה געהאַט. נאָר די שטיפֿמאַמע האָט נאָך, װי איר שטײגער, געװאָרטשעט: - בײַ לײַטן איז אַזאַ יונג שױן אַ טאַטע, נאָר דאָס דרײט זיך אַרום פּוסט און פּאַסט. יאָגט זיך נאָך מײדן. װעסט נאָך האָבן דעם זעלבן סוף װי מײַן הערש-מענדל. געדענק מײַנע רײד. נאָר מאַלע װאָס די שטיפֿמאַמע האָט געװאָרטשעט. קײן פֿרײַנד איז זי אים קײן מאָל נישט געװען, און זינט דעם טױט פֿון הערש-מענדל דעם האָן - אַוודאי און אַוודאי נישט. אגבֿ, האָט זי יעדעס יאָר - אין טאָג װאָס הערש-מענדל דער האָן איז נפֿטר געװאָרן - געגעבן ליכט אין שול און עוזר דער שמשׂ האָט געזאָגט קדיש פֿאַר באַצאָלטס. הקּיצור, הערשלס ייִנגערע שװעסטער אײדל האָט מיט מזל חתונה געהאַט און צום יאָר איז זי געלעגן געװאָרן מיט אַ ייִנגל. צװײ טעג פֿאַרן ברית האָט דער טאַטע אַװעקגערופֿן הערשלען אין אַ זײַט און צו אים געזאָגט: - שפּאַן אײַן, מײַן זון, דאָס פֿערד און פֿאָר אַריבער קײן דאַראַבאַן צו זלמן דעם שענקער און זאָג אים, מײַן זון, אַז ער זאָל דיר געבן דאָס פֿעסל װײַן, װאָס ער האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר מיר מיט צװאַנציק יאָר צוריק. אים ירצה השם, איבערמאָרגן, אַזױ זאָג אים, װעט זײַן דער פֿרײלעכסטער טאָג אין מײַן לעבן: דאָס ערשטע אײניקל. נעם די בײַטש, הערשל, שפּאַן אײַן דאָס פֿערד און פֿאָר און קום באַצײַטנס מיטן פֿעסל װײַן, דער ברית זאָל חלילה נישט װערן פֿאַרשטערט. הערשלס טאַטע און זלמן דער שענקער פֿון דאַראַבאַן זענען געװען געשװױרענע גוטע ברידער. אײן גוף און אײן נשמה. מיט אַן ערך צװאַנציק יאָר צוריק, װען זײ האָבן זיך נאָך אַ לאַנגער צײַט נאָך אַ מאָל געטראָפֿן, האָט זלמן דער שענקער פֿאַר זײַן חבֿר אין די אױגן אַראָפּגעשטעלט אַ פֿעסל װײַן אין קעלער, און אַ קלאָפּ טוענדיק זײַן חבֿר אין פּלײצע, אים געזאָגט, אַז דאָס פֿעסל װײַן קען ער שיקן נעמען, װען ער װעט זײַן אױפֿגעלײגט און װען ס'װעט זיך אים דוכטן, אַז ס'איז דער פֿרײלעכסטער טאָג אין זײַן לעבן. אַן ערך צװאַנציק יאָר איז געשטאַנען דאָס פֿעסל בײַ זלמן דעם שענקער אין קעלער, ביז ס'האָט זיך דערװאַרט. דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן האָט הערשל געזען דעם טאַטנס פּנים שײַנען. גאָר אמתע פֿרײד איז מסוגל צו אַזאַ ליכטיקײט. הערשל האָט אײַנגעשפּאַנט פֿערד און װאָגן, גענומען די בײַטש מיט דער רױטער טראָלד אין האַנט אַרײַן: - װיאָ, קאַשטאַן, קײן דאַראַבאַן! קײן דאַראַבאַן איז געװען אַ מהלך װעגס. באַרג-אַרױף, באַרג-אַראָפּ. פֿעלד און װאַלד, טאָפּאָליעס פּאַזע װעג. פֿײגל און זונגאָלד. דאָס פֿערדל, אױסגערוט און זאַט, איז געלאָפֿן, נישט געװאַרט, אַז הערשל זאָל עס דערמאָנען מיט דער בײַטש. הערשל איז געװען אױפֿגעלײגט ביז גאָר. געקנאַלט מיטן בײַטשל סתּם אין דער װעלט אַרײַן. אױף די ליפּן האָט זיך אים געגרײַזלט אַ גראַם, אָט ערשט טאַקע צוגעטראַכט: נישט קײן פֿערדל, נאָר אַ באַן לױפֿט עס, פֿליט קײן דאַראַבאַן. פֿרעגט דאָס פֿערדל: הערשל, ס'טײַטש? זאָג, צו װאָס טױג דיר די בײַטש? הערשל האָט טאַקע געפֿילט, אַז די בײַטש איז איבעריק. דערפֿאַר האָט ער צוגעטראַכט דאָס לידל. און אפֿשר בלױז דערפֿאַר, װײַל מיט אַ לידל איז הײמלעכער אױפֿן װעג. פֿאַר נאַכט איז ער אָנגעקומען קײן דאַראַבאַן. זלמן דער שענקער האָט זיך מיט אים דערפֿרײט, װי מיט אַן אבֿן-טובֿ. אַ קלײניקײט, דער אײנציקער זון פֿון זײַן בעסטן חבֿר! ער האָט הערשלען אַ קלאָפּ געטאָן אין דער פּלײצע: - װאָס מאַכט עפּעס דער טאַטע? אַלט געװאָרן, האַ? און אַז הערשל האָט אים איבערגעגעבן זײַן שליחותּ, האָט אים זלמן דער שענקער װידער אַ מאָל אַ קלאָפּ געטאָן אין דער פּלײצע: - אַזױ האָב איך דיך ליב, הערשל. הײסט עס, ס'קומט אונדז אַ מזל-טובֿ. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס פֿעסל װײַן שטײט. מיט די אָרן איז עס געװאָרן שטאַרקער, נישט װי איך און דײַן טאַטע: װאָס אַלטער אַלץ שװאַכער. און מיט אַ טיפֿן זיפֿץ האָט זלמן דער שענקער פֿאַרענדיקט: - אַך, װען דער מענטש װאָלט געװען געגליכן צו אַ פֿעסל װײַן! הערשל האָט אױסגעשפּאַנט די פֿערד, און כאָטש ער האָט מיטגענומען אַ זעקל האָבער פֿון דער הײם, האָט זלמן דער שענקער עס נישט געלאָזט אױפֿבינדן: - דײַן זעקל האָבער װעסטו האָבן אױף צוריקװעגנס. הײַנט, פֿאַרשטײסטו מיך, איז דײַן לאָשעק דער גאַסט פֿון מײַן לאָשעק. זײ װעלן עסן פֿון אײן קאָרעטע. מײַן לאָשעק האָט ליב אורחים. געראָטן אין בעל-הבית. פֿאַרשטאַנען, הערשל? אַז הערשל האָט זיך אָפּגעפֿאַרטיקט מיטן פֿערד, האָט אים זלמן דער שענקער פֿאַרבעטן אין דער גרױסער סאַליע. אָנגעגאָסן צװײ גלעזלעך װײַן, אײנס פֿאַר זיך און דאָס צװײטע פֿאַרן גאַסט: – לחײם, הערשל, און זאָל דײַן טאַטע האָבן נחת פֿון דיר! הערשל איז געװען מיד און הונגעריק פֿונעם לאַנגן װעג. זלמן דער שענקער האָט עס דערפֿילט און זיך אָנגערופֿן: - ביסט הונגעריק, הערשל. מײַן פּלוניתטע איז מחויב צוריקצוקומען אַ ליאַדע רגע, זי איז געגאַנגען צו אַ לוויה. הערשל האָט געװוּסט, אַז זלמן דעם שענקערס װײַב, זיסל, "אױף אַלע ייִדישע קינדער," פֿאַרפֿעלט נישט קײן אײן ייִדישע לוויה אין שטאָט. תּמיד, צוריקקומענדיק פֿון אַזאַ לוויה, האָט זי געהאַט אַ טבֿע צו זאָגן: - אַ לוויה איז דאָס געװען, אױף אַלע ייִדישע קינדער! האָט מען זי טאַקע דערפֿאַר גערופֿן אין שטאָט "זיסל אױף אַלע ייִדישע קינדער." װען "זיסל אױף אַלע ייִדישע קינדער" איז אַהײם געקומען און זלמן דער שענקער האָט איר דערצײלט, סאַראַ ליבן גאַסט מיר האָבן, האָט זי תּיכּף גענומען צוגרײטן די װעטשערע. אָפּגעלײגט דאָס דערצײלן װעגן דער לוויה אױף שפּעטער. אָבער װען אַלע זענען געזעסן בײַם טיש, האָט זי זיך מער נישט געקענט אײַנהאַלטן, גענומען דערצײלן װעגן דער לוויה מיט אַלע פּיטשעװקעס און פֿאַרענדיקט אױף איר שטײגער: - אַ לוויה האָט ער געהאַט, אױף אַלע ייִדישע קינדער! הערשלען איז דאָס עסן נישט באַקומען. דער לוויה-ריח, װאָס האָט געשלאָגן פֿון דער שענקערקע און פֿון אירע רײד, האָט אים פֿאַרשלאָגן דעם אַפּעטיט. אַ מידער איז הערשל אַװעקגעפֿאַלן אױף זײַן געלעגער. אין חלום האָט ער געזען אַ לוויה. פֿיר ייִדן טראָגן די מיטה. דער טאַטע גײט מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ. ער זיפֿצט און זאָגט צו דער שטיפֿמאַמען, װאָס גײט נעבן אים שװײַגנדיק: - שױן נישטאָ מער הערשל! און די שטיפֿמאַמע ענטפֿערט אים אָפּ מיט אַ שטאָך: - אַ טײַערע תּכשיט געװען... ס'האָט בעסער נישט געזאָלט געבױרן װערן. פּלוצעם װאַקסט אױס, װי פֿון אונטער דער ערד, זיסל די שענקערקע. דאַר און הױך, די באַקן מער אײַנגעפֿאַלן װי געװײנטלעך. זי טײַטלט מיטן פֿינגער אױפֿן ארון און רופֿט זיך אָפּ אױף אַ קול, אַלע ייִדן זאָלן הערן: - אָבער אַ לוויה האָט אונדזער הערשל, אױף אַלע ייִדישע קינדער! די שענקערקע פֿאַרשװינדט, װערט נעלם. די לוויה פֿאַרשװינדט. װײס איך װאָס, ס'איז גאָר אַ ברית - זײַן, הערשלס, ברית. אַלע זענען זיך משמח... מען טרינקט װײַן, מ'פֿאַרבײַסט מיט לעקעך. הערשל זעט װי איטשע דער מוהל דערנענטערט זיך צו אים. דאָס מעסער האַלט ער צװישן די צײן. הערשל װיל אַ געשרײ טאָן, אַז מען האָט אים שױן אײן מאָל געמלט, נאָר ער קען נישט. ער װיל אַנטלױפֿן, נאָר די פֿיס זענען אים שװער, װי בלײַ... הערשל האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף, דרײַ מאָל אױסגעשפּיגן. אין דרױסן האָבן שױן ייִדן געהאַנדלט און געװאַנדלט. בײַ זלמן דעם שענקער אין שענק זענען שױן געזעסן פּױערים. זײ האָבן גערײכערט מאַכאָרקע און געטרונקען װײַן. אײנס און צװײ איז הערשל געװען אַן אָנגעטוענער. ער האָט זיך געװאַשן, אָפּגעדאַװנט אױף אײן פֿוס, דערנאָך אײַנגעשפּאַנט דאָס פֿערדל. זלמן דער שענקער האָט אים געהאָלפֿן אַרױפֿלײגן דאָס פֿעסל װײַן אױפֿן װאָגן. - װיאָ, קאַשטאַן! פֿאַרן אָפּפֿאַרן האָט זיך באַװיזן זיסל "אױף אַלע ייִדיש קינדער" מיט אַ פּעקל אין דער האַנט. דאָס האָט זי אים מיטגעגעבן עסן אױפֿן װעג: אַ קלײניקײט, אַ גאַנצן טאָג פֿאַרן; מען דאַרף עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן; ערשט פֿאַרנאַכט צו װעט ער מיט גאָטס הילף אָנקומען אַהײם. הערשל האָט גענומען דאָס פּעקל, אױסגעמיטן צו קוקן דער שענקערקע אין די אױגן. ער האָט זי פֿײַנט געהאַט, אָט די לוויה-גײערקע, װאָס האָט זיך אים אַרומגעפּלאָנטערט יענע נאַכט אין חלום, געװען גרײט אים צו ברענגען צו קבֿורה. ערשט װען הערשל איז אַרױסגעפֿאָרן פֿון דאַראַבאַן, האָט זיך פֿון אים אָפּגעטאָן דער שאַטן פֿונעם נעכטיקן חלום. אָט איז די װינטמיל, און אָט פֿאַרקערעװעט ער זיך צום ברײטן שליאַך, װאָס לױפֿט באַרג-אַרױף, באַרג-אַראָפּ דורך פֿעלד און דורך װאַלד ביז אַהײם אין שטעטל. די בײַטש אױף צוריק איז אױך געװען איבעריק. נאָר פֿאַרפֿאַלן; מיטגענומען זי אין װעג אַרײַן, דאַרף מען זי אַהײם ברענגען. דער טאָג איז געװען אַ זומערדיק-הײסער, דער שליאַך אַ שטױביקער. הערשל האָט פֿון זיך אַראָפּגעװאָרפֿן ס'רעקל. - אַה, אַ מחיה! נאָר װאָס װײַטער, האָט די זון גענומען אַלץ מער בראָטן און ברענען. אין האַלדז איז אים געװאָרן טרוקן, ער האָט קױם געקענט כאַפּן דעם אָטעם. מיט אַ מאָל האָט זיך הערשל געכאַפּט, אַז ער איז דער אמתער יאָלד; אין װאָגן ליגט אַ פֿעסל װײַן, און ער גײט אױס פֿאַר דורשט. אמת, דאָס פֿעסל װײַן איז פֿאַרן ברית, נאָר װאָס קען עס שאַטן, אַז ער װעט געבן אַ זופּ, לעשן דעם דורשט? װער װעט זיך כאַפּן און װער װעט האָבן פֿאַראיבל? און נישט לאַנג געטראַכט, האָט הערשל אַרױסגעשלעפּט דעם קאָרק פֿונעם פֿעסל, זיך צוגעבױגן און אַ פֿעסטן זשליאָקע געטאָן. דער װײַן, װי געזאָגט, איז געװען אַלט און שטאַרק. פֿון דעם פֿעסטן זשליאָק האָט זיך בײַ הערשלען אָנגעהױבן דרײען דער קאָפּ. די אױגן האָבן זיך בײַ אים גענומען קלעפּן. און אָט-אָט איז ער אַנטשלאָפֿן געװאָרן. אַ גליק װאָס דאָס פֿערדל האָט געקענט דעם װעג. װי פֿיל ער איז אַזױ אָפּגעשלאָפֿן, געדענקט ער נישט. נאָר אַז ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט האָט ער דערזען אַ מאָדנע בליק; אַרום דעם װאָגן זענען געלעגן אַריבער הונדערט פֿײגל אױף דער ערד און אַלע זענען געװען טױט-שיכּור. ערשט איצט האָט זיך הערשל געכאַפּט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן צו פֿאַרשטאָפּן צוריק דאָס פֿעסל מיטן קאָרק. בשעת ער איז געשלאָפֿן, זענען אָנגעפֿלױגן די פֿײגל. יעדער פֿײגל האָט אַ זופּ געטאָן פֿונעם װײַן און איז תּיכּף אַװעקגעפֿאַלן שיכּור אױף דער ערד. הערשל איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿונעם װאָגן. ער האָט מורא געהאַט, אַז די פֿײגל װעלן צעפֿליִען, װען זײ װעלן זיך אױסניכטערן. אַ שאָד, אַזױ פֿיל שײנע פֿײגל מיט אַ מאָל. ס'װעט זײַן די אמתע שׂמחה, װען זײ װעלן זיך צעשפּילן מאָרגן אױפֿן ברית. אין קעשענע בײַ זיך האָט ער געפֿונען אַ לאַנגן פֿאָדעם. אײנס בײַ אײנס האָט ער געבונדן די פֿיסלעך פֿון די פֿײגל, װאָס זענען געשמאַק געשלאָפֿן. אַז ער האָט שױן געהאַט געבונדן אַלע פֿײגל מיטן לאַנגן פֿאָדעם, האָט ער דעם פֿאָדעם אַרומגעװיקלט אַרום בױך. געמאַכט אַ פֿעסטן קנופּ. איצט װעלן זײ שױן נישט קענען אַװעקפֿליִען, אפֿילו װען זײ װעלן זיך אױסניכטערן. צופֿרידן מיטן שטיקל אַרבעט, װאָס ער האָט אָפּגעטאָן, האָט הערשל זומערװינט נאָך אַ מאָל אַ פֿעסטן זופּ געטאָן פֿונעם פֿעסל װײַן און איז װידער אַ מאָל אַנטשלאָפֿן געװאָרן. און אַז ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן דרימל, האָט ער דערפֿילט װי זײַנע פֿיס צאַפּלען אין דער לופֿטן, און מיטן קאָפּ רירט ער אַן די װאָלקנס. בשעת ער איז געשמאַק געשלאָפֿן, האָבן זיך די פֿײגל אױסגעניכערט, אָפּגעטרײסלט דעם שלאָף פֿון זײערע פֿליגל, און גענומען פֿליִען מיט הערשל זומערװינט אַרױף, אַרױף צו די װאָלקנס, װאָס האָבן זיך געשיפֿט אױפֿן הימל. הערשלס האַרץ האָט געפֿלאַטערט פֿאַר פּחד. ער האָט געהערט דאָס פֿערדל אונטן אױפֿן װעג היר/זשען. ס'רופֿט אים, דערמאָנט אים, אַז ער האָט געלאָזט דאָס פֿעסל װײַן אױף הפֿקר, אַז מאָרגן איז דער ברית און אַז דער טאַטע װעט האָבן אַ פֿאַרשטערטע שׂמחה. - אַ שײנע מעשׂה, כ'לעבן, - האָט הערשל זיך אַלײן געמוסרט, - צו װאָס האָבן דיר געטױגט די פֿײגל, האַ? איצט האָסטו; זע, זײ טראָגן דיך אַװעק, װי אַ רוח דעם מלמד, און װער װײסט װוּ זײ װעלן דיך פֿאַרטראָגן? נאָר דער מוסר האָט גאָרנישט געהאָלפֿן, ס'איז געװען פֿאַרפֿאַלן. הערשל האָט אַראָפּגעשריגן צום פֿערדל, װאָס איז געשטאַנען אױפֿן מיטן שליאַך, און נישט געװוּסט װאָס צו טאָן: - פֿיר אַהײם דאָס פֿעסל װײַן, קאַשטאַן. דו קענסט דעם װעג. זײַ געזונט, קאַשטאַן, לאָז גריסן דעם טאַטן, אײדלען גיב אָפּ פֿון מיר אַ מזל-טובֿ און דער שטיפֿמאַמען אַ פֿײַג. דאָס פֿערדל האָט געשפּיצט די אױערן, כּדי בעסער צו הערן, װאָס הערשל שרײַט צו אים אַראָפּ פֿון אונטער די װאָלקנס. און, װײַזט אױס, אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען, װײַל ער האָט אַ צי געטאָן דעם װאָגן און זיך געלאָזט אַלײן אָן דעם בעל-הבית און אָן דער בײַטש אין װעג אַרײַן. די פֿײגל, װאָס האָבן געטראָגן אונדזער הערשלען אַלץ העכער און העכער, האָבן זיך צעזונגען. זײער געזאַנג איז געװען מלא-טעם. אַ געזאַנג איבער אַלע געזאַנגען, פֿאַר דער זון, פֿאַרן װינט און פֿאַר די װאָלקנס. הערשל האָט זיך אַ װײַלע צוגעהערט צום געזאַנג און דערנאָך זיך אַלײן צעזונגען. אַ קול האָט ער געהאַט אַ שײנס, אַ פֿײַפֿל אין האַלדז. די פֿײגל האָבן זיך פֿאַרחידושט און זיך דורכגעשמועסט צװישן זיך: - אַ מאָדנער פֿױגל, אָט דער װאָס פֿילט מיט אונדז, אָבער זינגען קען ער. - טאַקע אַ מאָדנער פֿױגל, - האָט זיך אָפּגערופֿן אַ צװײטער, - און זײַן שיר איז אין גאַנצן אַנדערש, ער שמעקט װי צײַטיקע רױטע קאַרשן. - רױטע קאַרשן? - האָט זיך אָפּגערופֿן אַ יונג פֿײגעלע, - איך האָב ליב רױטע קאַרשן. - אַ חכם אַ פֿױגל, -האָט געחוזקט אַ מיטל-יאָריקער פֿױגל, - װער האָט דאָס פֿײַנט צו פּיקן קאַרשן, סײַדן אַ שוטה. - װײסט איר װאָס, חבֿרה, - האָט געזאָגט אַן עלטערער פֿױגל, - לאָמיר פֿליִען צו זײַנװל סאַדאָװניק אין קאַרשנסאָד, די קאַרשן מוזן שױן זײַן צײַטיק. - אין קאַרשנסאָד! אין קאַרשנסאָד! - האָבן אַלע פֿײגל אונטערגעכאַפּט, און זיך געלאָזט פֿליִען הענדום-פּענדום קײן ציגאַנעשט, װוּ ס'האָט זיך געפֿונען זײַנװלס קאַרשנסאָד. די פֿײגל האָבן אין זײַנװלס קאַרשנסאָד אָנגעמאַכט דעם אמתן חורבן - דערצײלט הערשל. די סטראַשידלעס מיט די בעזימס אין די הענט, װאָס זענען דאָרט געשטאַנען, האָבן גאָרנישט געהאָלפֿן. און טאַקע אַ דאַנק אָט דעם פֿלי מיט די פֿײגל אין זײַנװלס קאַרשנסאָד איז הערשל געראַטעװעט געװאָרן. דאָס פֿליִען איז געװען מוראדיק. ס'האָט אים געשװינדלט אין קאָפּ, געטונקלט אין די אױגן, געזשומעט אין די אױערן. אָבער קױם האָבן זיך די פֿײגל אַראָפּגעלאָזט אױפֿן ערשטן קאַרשנבױם, האָט הערשל איבערגעריסן דעם פֿאָדעם אײנס און צװײ, איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿונעם בױם, אַריבערגעשפּרונגען איבערן פּלױט און זיך געלאָזט אַהײם. פֿון ציגאַנעשט אַהײם איז געװען נישט מער װי פֿיר מײַל. הערשל איז געלאָפֿן אָן אַן אָטעם, און נאָך מעריבֿ איז ער קױם אַ לעבעדיקער אַרײַנגעפֿאַלן צום טאַטן אין שטוב אַרײַן. דאָס פֿערדל איז גראָד שטײן געבליבן מיטן פֿעסל װײַן פֿאַר דער טיר, אַזױ אַז קײנער האָט זיך נישט געכאַפּט, װאָס מיט הערשלען האָט זיך געטראָגן. צו מאָרגנס אױפֿן ברית האָט הערשל דערצײלט די מעשׂה מיט די פֿײגל און פֿון דעם גרױסן נס, װאָס איז מיט אים געשען. און כּדי אַלע זאָלן װיסן, אַז ער דערצײלט דעם אמת, האָט ער פֿאַר אַלעמען איבערגעזונגען דאָס ליד פֿון די פֿײגל, װאָס זײ האָבן געזונגען, בשעת זײ האָבן אים געטראָגן אין דער לופֿטן. פֿון דער מעשׂה איז צו זען, ס'אַראַ גרױסן און גוטן גאָט מיר האָבן. אױב ער האָט געקענט מציל זײַן און העלפֿן אַזאַ לײַדאָק װי הערשל זומערװינט, װעט ער אַוודאי מציל זײַן אלַע ערלעכע און גאָטספֿאָרכטיקע ייִדן, װאָס פֿאָלגן גאָטס געבאָטן און גײן אין זײַנע װעגן. אמן סלה. __________________________________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון עקיבא באַטקײַ, נח מילער, לעאָנאַרד פּראַגער רפֿאל פֿינקל און אבֿרהם ברוך בערקאָװיץ Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved