יונה ראָזענפֿעלד װאָס האָט פּאַסירט מיטן אַלטן? נישט קוקנדיק אױף דעם, װאָס דעם אַלטן איז זײער נישט אַנגענעם געװען גאַנץ פֿרי אַראָפּצוקריכן פֿונעם אױװן און אַרײַנגײן אין דער קאַלטער קאַמער געבן די גענדז עסן, איז ער דאָך צופֿרידן געװען, װאָס ער קאָן די קינדער מיט עפּעס נוצלעך זײַן. ער האָט עס כּמעט אַלײן אױף זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן אָט דעם עול, נישט װעלנדיק זײַן קײן אומזיסטער פֿרעסער. די אַרבעט אַן-און-פֿאַר-זיך איז נישט געװען קײן שװערע, נאָר אָט דאָס אױפֿשטײן מיטן טאָג צו גלײַך און דאָס אַראָפּקריכן פֿונעם װאַרעמען אױװן און אַרױסטראָגן אין דער קאַלטער קאַמער דאָס עסן פֿאַר די גענדז (װאָס ער אַלײן האָט אַלע אױף דער נאַכט פֿאַרן שלאָפֿן גײן צוגעגרײט פֿאַר זײ אין אַ מולטערל און עס געלאָזט שטײן אין קיך, עס זאָל נישט פֿאַרפֿרױרן װערן דאָרט אין קאַמער) --- אָט דאָס איז אים זײער נישט אַנגענעם געװען. אָבער מערקװירדיק, װאָס נאָך דעם, װי די אַרבעט איז פֿון אים אָפּגעטאָן געװאָרן, האָט ער געהאַט עפּעס אַן ענלעך געפֿיל, װי אַמאָל, אין די יונגע יאָרן, װען ער האָט עפּעס פֿאַר די קינדער געטאָן. ער איז געװען אונטערן אײַנדרוק, אַז די פֿאָטערלעכע זאָרג פֿאַר די קינדער האָט זיך אַרײַנגעקײטלט אין דער עלטער אַרײַן... נישט מער, װאָס אױף דער עלטער האָבן דאָס אָרט פֿון די קינדער פֿאַרנומען די פֿעדערדיקע, באַפֿליגלטע באַשעפֿענישן, צו װעלכע ער איז אױך כּמעט װי אַ פֿאָטער געװען. װײַל דורך אים, דורך זײַן אַרבעט און פּראַצע, זײַנען אָט די גענדז, װאָס זײַנען װינטער געזעסן אין שטײַג, געקומען אױף דער װעלט. ער האָט עס זומער געזעצט גענדז אױף אײער און ער האָט די קינדער-גענדזלעך דערצױגען און זײ אױסגעהאָדעװעט, פֿאַר גרױסע גענדז געמאַכט. אַרומפֿירענדיק זיך מיט די יונגע גענדזלעך אױף די לאָנקעס, האָט ער געהאַט דאָס געפֿיל, װי ער װאָלט אױף דער עלטער מגולגל געװאָרן אין אַ נײַער פֿאָטערלעכער ראָלע צו דערציִען קינדער, װאָס באַלאַנגען נישט צום מענטשלעכן מין. און טאַקע נאָר מיט דעם דערקלערט זיך עס, װאָס אַז ס'איז געקומען די צײַט, װען מ'האָט די גענדז באַדאַרפֿט קױלענען, איז דער אַלטער געזעסן אַ פֿאַרצאָגטער אױפֿן אױװן און געטראַכט װעגן דעם גרױזאַמען יום-הדין, װאָס עס דערװאַרט די אומגליקלעכע באַשעפֿענישן, װעלכע ער האָט אױסגעפֿירט און אױס געהאָדעװעט, און טאַקע צוליב דעם, אַז מ'זאָל דערנאָך עסן זײער פֿלײש און שמאַלץ... יאָ, ער האָט געװוּסט, אַז ער טוט עס נישט צוליב עפּעס אַנדערש, אָבער דאָך, אַרומפֿירנדיק זיך מיט זײ זומער און אַכטונג געבנדיק אױף זײ װינטער, האָט ער אָפּגעשטופּט אָט דעם געדאַנק פֿון זיך. ער האָט נישט געװאָלט טראַכטן, װאָס עס דערװאַרט אין דער נאָענטער צוקונפֿט אָט די, צו װעלכע ער האָט געפֿילט אַזאַ נאָענט, כּמעט פֿאָטערלעך געפֿיל. װיפֿל מאָל אין טאָג דער אַלטער איז אַרײַנגעקומען אין קעמערל, האָבן אים די גענדז אױפֿגענומען מיט אױסגעשרײען און געפּילדער, און אײנע נאָך דער אַנדערער האָבן זײ פֿון שטײַג אַרױס אַרױסגעװאָרפֿן קעפּלעך און רױטע פּיסקעס, מיט די חנעװדיקע אָטעם-שפּעלטעלעך, װאָס דעם אַלטן האָט זיך באַזונדערס געװאָרפֿן אין די אױגן אַרײַן. ער איז געװען זײער צופֿרידן פֿון אָט די באַגײַסטערטע ברוך-הבאס, װאָס זײ גיבן אים. אָט אַזױ נעמען דאָך אױף קלײנע קינדער אַ פֿאָטער, װען ער קומט אַרײַן אין שטוב און ברענגט פֿאַר זײ עפּעס. ס'האָט זעלטן װען געטראָפֿן, ער זאָל מיט די גענדז, נאָך דעם װי ער האָט זײ אַװעקגעשטעלט עסן אָדער טרינקען, --- ער זאָל זיך מיט זײ נישט דורכשמועסן און ער זאָל אײנער און אַ צװײטער גאַנדז נישט אַ גלעט טאָן איבערן קעפּל. און האָט װעלכע פֿון זײ באַעװלהט אַ צװײטע, נישט צולאָזנדיק זי צו דער מולטער, האָט ער זי אױסגעמוסרט: --- אָ, דו שעלמאַ דו! פֿאַר װאָס לאָזסטו זי נישט צו צו דער מולטער? און אַמאָל, װען אײנע אַזעלכע האָט זיך אָנגעהױבן װערגן, אַרײַנשלינגענדיק אַ צו גרױסע פּאָרציִע שפּײַז, האָט דער אַלטער געזאָגט צו איר: --- אָט דאָס האָט דיך גאָט געשטראָפֿט דערפֿאַר, װאָס דו לאָזסט יענע נישט צו. ער האָט ליב געהאַט אַלע גענדז, נאָר דאָך זײַנען אים אַלע מאָל געװען נעענטער די "פּלאָכע", די שװאַכערע, װאָס זײַנען אַלע מאָל געבליבן ערגעץ פֿאַרשטעקט פֿון הינטן און מיט אומבאַהאָלפֿנקײט און קנאה געקוקט אױף די דרײסטערע און שטאַרקערע, װאָס זײַנען אַלע מאָל געשטאַנען אין פֿראָנט, דאַרט װוּ דאָס עסן און טרינקען איז געשטאַנען. אַלע מאָל האָבן זיך געפֿונען אַ פּאָר אַזעלכע. און דער אַלטער האָט געהאַלטן װאַך דאָס אױג אױף זײ און שױן געזען מיט אַלע מעגלעכקײטן זײ צוצושטופּן צום פֿראָנט. אַרום און אַרום האָט ער געהאַט פֿאַרגעניגן פֿון דער עובדא, פֿון זײַנער. שױן נישט רעדנדיק װעגן דעם, װאָס ער האָט זיך נישט געפֿילט אַזױ עלנט און אײַנזאַם אַ דאַנק אָט די לעבעדיקע באַשעפֿענישן, האָט ער אױך געפֿילט אַ געװיסע צופֿרידנקײט אין דעם, װאָס ער קאָן מיט עפּעס נוצלעך זײַן אין שטוב. שטאַרק נישט צופֿרידן איז ער, אָבער, געװען, װען ער האָט באַדאַרפֿט אױפֿשטײן פֿאַר טאָג, אַראָפּקריכן פֿונעם אױװן אַראָפּ און אַראָפּגײן אין דער קאַלטער קאַמער. אַמת, אַז אַ גאַנצע װאָך איז אױפֿן אױװן אױך נישט געװען איבעריק װאַרעם. אָבער דאָך איז דאָרט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער קאַמער, געװען אַ גן-עדן, און דער אַלטער האָט, נעבעך, זײער געקרעכצט, װען ער האָט אָנגהעהױבן מאַכן זײַנע הכנות אַראָפּצוקריכן פֿון אױװן אַראָפּ. ער האָט פּאַמעלעכינקע גענומען אַרום זיך אַרומטאַפּן דאָס אָנטאָן און, פּאַמעלעכינקע עס אָנגעטאַפּט, האָט ער נאָך פּאַמעלעכער גענומען אַרױפֿשטעלן אױף זיך אײן שמאַטע נאָך דער אַנדערער, און ערשט װען ער איז שױן געװען אָנגעטאָן, האָט ער אַראָפּגעלאָזט די פֿיס און זײ געלאָזט אַ לאַנגע צײַט הענגען אין דער לופֿטן. און דערבײַ נישט אױפֿגעהערט קרעכצן. און געדאַכט האָט זיך, אַז די קרעכצן פֿאַלן פֿון שװאַרצן קױמען, פֿון זײַן טיפֿער שװאַרצקײט, װאָס געפֿינט זיך איבערן דאַך און אין דרױסן, איבער װעלכן עס װױען קאַלטע, בײזע װינטן... * * * אין אײנעם אַ װינטער האָט זיך געמאַכט, אַז אײנע אַ גאַנדז פֿון די, װאָס זענען אין שטײַג געזעסן, איז "חולה" געװאָרן. דער אַלטער האָט עפּעס אײן מאָל און אַ צװײט מאָל באַמערקט, װי אָט די אײנע האַלט זיך עפּעס אַזױ װאַקלדיק און אומעטיק, זיצט זיך אין אַ װינקל שטײַג, קוקט מיט אַ מאָדנער גלײַכגילטיקײט אױף דעם גאַנצן גענדזענעם טומל, װאָס זײ מאַכן אָן, װען מען דערלאַנגט זײ דאָס עסן, און אַלײן רירט זי זיך נישט פֿון אָרט, און בלױז װען עס װערט אַ שטאַרקער געדראַנג, װען אײן גאַנדז בריט זיך אַרױסצושטופּן פֿאַר אַ צװײטער צום פֿראָנט פֿון שטײַג, הײבט זי זיך אױף, אָדער װערט אױפֿגעהױבן פֿון אַנדערע, װאָס שטופּן זיך אין אומאָרדענונג אַהין און אַהער, אױב אױך נאָך דעם בלײַבט זי שטײן אַן אָפּגעזונדערטע און קוקט אַזױ גלײַכגילטיק מיטן קעפּל און מיט אײן אײגל, װי זי װאָלט מיט ביטול באַטראַכט אָט די גענדזענע בהלה פֿאַר דער אכילה. דער אַלטער האָט לכתּחילה געמײנט, אַז דאָס איז אײנע אַ "פּלאָכע" גאַנדז, װאָס האָט קײן מוט נישט זיך אײַנצורײַסן מיט די איבעריקע איבער דער אַכילה. שפּעטער װען ער האָט זיך בעסער אײַנגעקוקט אין איר און דערזען דעם בלאַסן שנאָבל אירן און די בלאַסע פֿיסלעך, האָט ער זיך איבערצײַגט, אַז די גאַנדז איז "חולה", און ער האָט גענומען באַזונדערס אַכטונג געבן אױף איר. ער פֿלעגט פֿון צײַט צו צײַט ספּעציעל פֿאַר אירעט װעגן אַרײַנברענגען אַ ביסל צעקװעטשטע קאַרטאָפֿל מיט מעל --- אַ מאכל, װאָס גענדז האָבן זײער ליב, און אַמאָל האָט ער פֿאַר אירעט װעגן געבראַכט שירײם, װאָס זענען פֿאַרבליבן פֿונעם הױזגעזינד. אָבער זײער זעלטן האָט זיך אים אײַנגעגעבן זיך צו דערשלאָגן צו דער חולה-גאַנדז, װײַל װוּ ער האָט זיך נישט אַ דרײ געטאָן, זענען די געזונטע און בראַװע געשטאַנען גלײַך אַנטקעגן אים און מיט אַ גראַגערײַ געװאָרפֿן צו אים פֿון שטײַג אַרױס קעפּלעך און רױטע שאָבלען. איז לא די, װאָס ער האָט צו יענער נישט געקאָנט צושטעלן אָט די געשמאַקע מזונות. איז נאָך יענער, נעבעך, אױסגעקומען צו לײַדען פֿון דעם געדראַנג און פֿון דעם איבערװאַרפֿן זיך פֿון די גענדז פֿון אײן אָרט אױפֿן אַנדערן. עס האָט אים ממש געריסן דאָס האַרץ, צוזעענדיק, װי אָט שטעלט זי זיך אױף און אָט קריגט זי װידער אַ שטױס פֿון דעם גענדזענעם געדראַנג, און זי זיצט שױן װידער און קוקט זיך אַזױ אומבאַהאָלפֿן מיט די קאַלעמוטנע אײגעלעך און דרײט אַזױ מיטן פֿאַרגעלטן שנאָבל, און עס איז קענטיק געװען, אַז זי פֿאַרלאַנגט גאָרנישט פֿון לעבן און פֿון גענדז, נאָר אַז מען זאָל זי לאָזן רויִק זיצן אָדער שטײן. געזען, אַז זײַן בעסטער װוּנטש עפּעס צו טאָן "פֿאַרן חולה" איז אָן דערפֿאָלג, האָט ער, באין-ברירה, די גאַנדז געמוזט אַרױסשלעפּן פֿון שטײַג אַרױס (דאָס איז אים אױך נישט גאָר גרינג אָנגעקומען), און נאָך דעם װי ער האָט זי פֿון דאָרט אַרױסבאַקומען, האָט ער זי שױן מעכאַבעד געװען מיטן גוטן שפּײַז, װאָס ער האָט געבראַכט פֿאַר איר, און זי אָנגעהאָדעװעט, און איר געגעבן צו פֿאַרטרינקען, און דערנאָך האָט ער זי צוריק אין שטײַג אַרײַנגעלאָזט. װען ער װאָלט געװען בעל-הבית, װאָלט ער אָט די חולה-גאַנדז אַרײַנגענומען אין קיך אַרײַן און װאָלט זי געהאַלטן אַזױ לאַנג, ביז זי װאָלט געזונט געװאָרן. אמת, ער װײסט טאַקע, אַז דאָס לעבן אירס איז שױן קורץ; אַז אױב אַפֿילו אים װאָלט זיך אײַנגעגעבן מיט זײַן צוזען זי אָפּצוראַטעװען פֿון טױט, זענען די טעג פֿון איר גענדזענעם לעבן געצײלטע. נו, איז ער שױן דערצו געװײנט. דאָס איז דאָך, אײגנטלעך, דער נאַטירלעכער טױט פֿון אַלע הױזיקע עופֿות. מענטשן האָבן זײער מלאך-המות, און דער "מלאך" פֿון טױט פֿאַר גענדז און הינער איז דער מענטש. און פּונקט אַזױ װי בײַ אײנעם רופֿט-אַרױס מיטלײַד, װען אײנער שטאַרבט מיט אַן אומנאַטירלעכן טױט (װאָס דאָס װאָלט דװקא געװען דער נאַטירלעכער). סײַ-װי-סײַ האָט ער דערצו גאָרנישט געקאָנט העלפֿן. "כי לכך נוצרת", מ'זאָל זײ קױלענען און עסן זײער פֿלײש. דערפֿאַר מאַכט דער שוחט אַ ברכה. און דאָ-אָ, טאָמער פּגרט זי אַװעק, איז עס דאָך גלאַט גאָרנישט. אי קײנער װעט פֿון איר קײן הנאה נישט האָבן, אי זי װעט אַװעקגײן פֿון דער װעלט אָן אַ ברכה. אַראָפּקריכן פֿונעם אױװן איז דעם אַלטן, װי עס איז שױן דערמאָנט געװאָרן, נישט אַזױ לײַכט געװען, און דאָך איז עס אים פֿיל לײַכטער אָנגעקומען, װען ער האָט זיך געלאָזט פֿון זײַן אײבערשטן אָרט אַראָפּקריכן אױסשליסלעך בעכדײ צו כאַפּן אַ קוק אױף דער חולה-גאַנדז. און ער האָט בײַ יעדן "װיזיט", װאָס ער האָט איר געמאַכט, געהאַט אמתע שברי-לב, טרעפֿנדיק זי פֿאַררוקט אין אַ װינקעלע, אַ פֿאַרחושכטע, מיט נאָכלעסיק אַראָפּגעלאָזטע פֿליגל, און דער פּיסק אירער איז געװען אַזױ פֿאַרגעלט װי, לעהאַװדל, בײַ אַ מענטש, װאָס האַלט בײַ שטאַרבן. * * * אין אײנער אַ נאַכט, װאָס באַלאַנגט טאַקע צו דער זעלבער צײַט, װעגן װעלכער עס איז אױבן דערצײלט געװאָרן, האָט זיך דער אַלטער אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף מיט אַן אומרויִק געמיט און מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ. און אױפֿגעכאַפּט האָט ער זיך, װי אים האָט זיך געדאַכט, פֿון אַ פּאַטש פֿון אַ פֿליגל... אמת, אַז פֿון קאַמער, װוּ עס זענען געזעסן די גענדז, און צװישן זײ די קראַנקע גאַנדז, האָט ער דעם פּאַטש פֿון פֿליגל נישט געקאָנט הערן. ער האָט עס געװוּסט און טאַקע זיך געװוּנדערט. גלײַכצײטיק, אָבער, װיסנדיק, אַז דאָרט געפֿינט זיך אַ חולה-גאַנדז, האָט זיך אים שױן יאָ געלאָזט גלײבן, אַז אױב די גאַנדז האַלט האַרט פֿאַרן טױט, איז אַזאַ פֿליגל-פּאַטש --- אַ גסישדיקער, און מען קאָן שױן יאָ דערהערן... פֿאַר װאָס דװקא אַזעלכן יאָ, דאָס איז געװען נישט פֿאַרשטענדלעך. אַזױ צי אַזױ, איז ער זיכער געװען, אַז מיט דער גאַנדז קומט דאָרט עפּעס פֿאָר, אָדער עס איז שױן פֿאָרגעקומען, און זי ליגט שױן דאָרט מיט אױסגעשטרעקטע פֿיסלעך... איז מילא, "אַ שײנע, רײנע כּפּרה". עס װילט זיך אים אַזױ טראַכטן און ס'לאָזט זיך נישט. אַ שװערער, פּײַנלעכער אומעט פּרעסט דאָס גאַנצע געמיט זײַנס, און זײַן גאַנץ װעזן איז דורך און דורך דורכגעזאַפּט מיט שרעק. אָט דער פּאַטש פֿונעם פֿליגל איז ערגעץ פֿאַרגליװערט געבליבן און אים שרעקט עפּעס פֿיל, פֿיל מער, װי אַזעלכעס װאָלט באַדאַרפֿט שרעקן... איז טאַקע דער גאַנצער פּחד באַשטאַנען אין דעם, װאָס ער האָט עס פֿון דער װײַטער קאַמער און פֿון דער פֿעסט װינטערדיק צוגעמאַכטער טיר נישט געקאָנט דערהערן... און אפֿשר האָט זיך עס אים אױסגעדאַכט? און אױב אױסגעדאַכט, האָט עס שױן אפֿשר גאָרנישט צו טאָן מיט דער חולה-גאַנדז, נאָר מיט אים אַלײן? אפֿשר איז די גאַנצע אומרויִקײט, װאָס ער פֿילט די גאַנצע צײַט פֿאַר דער קראַנקער גאַנדז, נאָר אַן אומרויִקײט פֿאַר זיך?... אפֿשר װײַל ער האָט אין איר דערזען אַן אָפּשײַן פֿון זיך, איז ער אפֿשר דערפֿאַר דורכגעדרונגען מיט אַזױ פֿיל צער צו איר? און אפֿשר איז די גאַנצע זאָרג פֿאַרן טױט פֿון דער גאַנדז נאָר זײַן אײגענע זאָרג פֿאַר זײַן אײגן לעבן, װאָס האַלט שױן אָט-דאָ בײַם סוף? און אױב דאָס איז אַזױ, איז דאָך גאַנץ מעגלעך, אַז דער פּאַטש פֿונעם פֿליגל, װאָס אים האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס האָט זיך דערטראָגן פֿון קאַמער צו אים, קומט גאָר פֿונעם מלאך-המװת, װאָס האָט זיך דאָ פֿאַרבײַ אים דורכגעטראָגן, און דאָס איז גאָר געװען דער פֿאָך פֿון זײַנע פֿליגל?... דער אַלטער האָט אָנגעהױבן צו פֿיבערן און, װעלנדיק זיך באַרויִקן, האָט ער זיך געװאָלט אײַנשמועסן, אַז דעם פּאַטש פֿון דעם פֿליגל האָט ער נאָר געהערט פֿון קאַמער און אַז די גאַנצע מורא זײַנע איז טאַקע בלױז פֿאַר דער גאַנדז... און אױף װיפֿל ער האָט עס נישט געװאָלט, איז ער דאָך גערן געװען, אַז ס'זאָל טאַקע אַזױ זײַן. שױן צוליב דעם אַלײן טאַקע, כּדי ער זאָל פֿאַר זיך קאָנען רויִק זײַן. ער האָט, אָבער, געפֿילט, אַז ער װעט זיך נישט קאָנען באַרויִקן אַזױ לאַנג, ביז װאַנען ער װעט נישט אַרײַנגײן אַהין-צו אין קאַמער אַרײַן און אַ קוק טאָן, װי עס האַלט דאָרט מיט איר! נישט אַזױ לײַכט האָט ער זיך געקאָנט באַשליסן אַראָפּצוקריכן אין האַלבנאַכטיקן חושך פֿון דעם װאַרעמען אױװן און גײן אין דער קאַמער אַרײַן, װוּ ס'איז געװען פּונקט אַזױ קאַלט, װי אין דרױסן. נישט גײן, אָבער, איז נאָך ערגער געװען. ער האָט זיך אױפֿגעזעצט און איז געזעסן אַ פּאָר מינוט פֿאַרזונקען אין שװאַרצע געדאַנקען, דערנאָך האָט ער זיך פּאַמעלעכינקע אַראָפּגעלאָזט פֿונעם אױװן אױפֿן טאַפּטשאַן און פֿונעם טאַפּטשאַן אױף דער ערד. דערנאָך האָט ער אָנגעטאַפּט די שװעבעלעך אױפֿן קױמען, אָנגעצונדן אַ שפּענדל און דערמיט צו דער קאַמער אַװעק. װי נאָר ער איז אַהין-צו אַרײַן, האָבן די גענדז צעגרעגערט מיט אומרויִקײט פֿאַר דעם בײַנאַכטיקן װיזיט. דער אַלטער איז גלײַך צו מיטן ברענענדיקן שפּענדל צו דער שטײַג, זיך אַראָפּגעזעצט און פֿאַרקוקט אינעװײניק. די גענדז האָבן אומרויִק געצױגן די העלדזער אײנע איבער דער אַנדערער, דריקנדיק זיך אײנע צו דער צװײטער און בײַטנדיק זיך מיט די ערטער, ביז ענדלעך איז דעם אַלטן געלונגען זיך צו דערשלאָגן צו דער חולה-גאַנדז. און ער איז געװאָרן נישט װײניק איבערראַשט, װען ער האָט זי דערזען אין דעם זעלבן צושטאַנד, װי ער האָט זי איבערגעלאָזט נעכטן (נעכטן, צי הײַנט, װײַל ער האָט נישט געװוּסט, װוּ, אַן ערך, עס האַלט מיט דער נאַכט). װי אַלע מאָל, װען ער האָט זיך געװאָלט נעמען צו איר, אַזױ האָט זי זיך איצט אױפֿגעשטעלט און זיך אַװעקגעזעצט, אױפֿגעשטעלט און זיך אַװעקגעזעצט. אָט װיפֿל מאָל זי האָט געכאַפּט אַ שטױס פֿון די צװישן זיך שטױסנדיקע גענדז, אַזױ פֿיל מאָל האָט זי זיך אַראָפּגעזעצט און זיך אױפֿגעהױבן. װען אַלע גענדז זענען געבליבן שטײן אין אײן הורבע, האָט דער אַלטער ערשט געקאָנט רעכט מבקר-חולה זײַן די קראַנקע גאַנדז. אמת, זי האָט אים איצט אױסגעזען ערגער פֿון אַלע מאָל, אָבער בײַ דער פּגירע האָט עס אַלץ נישט געהאַלטן. בײדע האָבן איבערגעװאָרפֿן מיט פֿאַרשטענדלעכע בליקן, װי צװײ באַקאַנטע, װאָס קענען קען מען זיך, אָבער רעדן איז נישטאָ װעגן װאָס. די גאַנדז האָט אַהין און צוריק געדרײט דאָס קעפּל און אים באַטראַכט מיט אײן אײגל און מיט אַ צװײטן. קענטיק, אַז קוקן אױף דעם, װאָס קוקט אױף איר, מיט אײן אױג איז װינציק געװען, און זי האָט געװאָלט קוקן מיט בײדע אױגן. נישט קוקנדיק אױף דעם, װאָס די גאַנדז האָט נישט אױסגעזען ערגער װי דאָס לעצטע מאָל, װאָס ער האָט זי געזען, האָט זיך אים דאָך געדאַכט, אַז די שעהן אירע זײַנען געצײלטע, און שױן צוליב דעם אַלײן איז אים אײַנגעפֿאַלן זי אַרױסצונעמען פֿון שטײַג אַרױס און זי אַרײַנטראָגן אין קיך אַרײַן. אים האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָרט, אין קיך, װעט איר גרינגער אָנקומען דער טױט. און נישט לאַנג געטראַכט, האָט ער געעפֿנט פֿון אױבן דאָס טירל און די גאַנדז בײַ אַ פֿליגל אַרױסגעשלעפּט. פֿונעם פֿאָך פֿון פֿליגל האָט זיך דאָס פֿײַער אױסגעלאָשן, און דער אַלטער איז, מיט דער גאַנדז אין דער האַנט, געבליבן אין דער שטאָקפֿינצטערער קאַמער, װוּ עס האָבן זיך געבלײכט די װײַסע שנײפּאַסקעס, װאָס זענען געלעגן פֿאַרשטעקט צװישן די שפּאַרונעס פֿון די װענט. דער אַלטער האָט זיך פֿאַרלױרן, גלײַך װי דאָס פֿײַער האָט זיך אױסגעלאָשן. אַ שױדערלעכער פּחד איז אים באַפֿאַלן, און די פּאַסקעס שנײ, װאָס האָבן פֿון אַלע זײַטן זיך געבלײכט, האָבן אָנגעהױבן שװינדלען אין זײַנע אױגן, געשניטן מיט װײַסקײט די פֿינצטערניש, און עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז יעדעס פּאַסקעלע, װאָס גיט אַ שװעב אין דער לופֿטן, איז עפּעס אַ װוּנק און אַ װײַז פֿון אַ װײַסער, טױטער װעלט, װאָס ליגט אין דער געדיכטער, שװאַרצער פֿינצטערניש באַהאַלטן. דער אַלטער האָט זיך מיט אײַלנדיקן אימפּעט, האַלטנדיק די גאַנדז בײַ אַ פֿליגל, געלאָזט טאַפּן אַ װאַנט, װוּ ער איז געװען זיכער, אַז דאָרט באַדאַרף זײַן די טיר. און אַ טאַפּ געטאָן אײַן מאָל און אַ צװײט מאָל און די טיר נישט אָנגעטאַפּט, איז ער נאָך מער געװאָרן צעמישט און צעטומלט. און דאָ ציט די גאַנדז די האַנט זײַנע מיט איר גאַנצער שװערקײט און פּאַטשט אים מיטן פֿרײַען פֿליגל איבער די פֿיס... פּאַטשט, און עס הערט זיך בלױז אָט די פּאַטשערײַ, און די גאַנדז אַלײן װאַרפֿט זיך בלױז צוליב דעם, כּדי אים צו פּאַטשן מיטן פֿליגל איבער די פֿיס. װאָס לענגער ער טאַפּט די װאַנט, זוכט די טיר און געפֿינט זי נישט, אַלץ זיכערער װערט ער, אַז ער װעט שױן די טיר נישט אָנטאַפּן... יאָ, ערגעץ באַדאַרף דאָ זײַן אַ טיר, און זי איז נישטאָ... אָדער זי איז יאָ דאָ, נאָר נישט פֿאַר אים... זי איז געװען פֿריִער אױף אַרײַנצופֿירן אים אַהער-צו. איצט-אָ, אױף אַרױסצוגײן, איז זי שױן נישטאָ, די טיר, פֿאַרשװוּנדן געװאָרן... און די גאַנדז װערט אַלץ שװערער און פּאַטשט אַזױ שטום און שטילשװײַגנדיק אים איבער די פֿיס... און מאָמענטנװײַז שפּרינגט דורך בײַ אים אַ געדאַנק, אַז ס'איז גאָר קײן גאַנדז נישט, װאָס ער האַלט... געװען, איצט שױן נישט... ס'איז אַ פֿליגל, בלױז פֿליגל... פֿליגל אָן אַ גאַנדז, מיט עפּעס אַ שװערקײט, װאָס ציט די האַנט אַראָפּ, און דאָס איז - טױט... דער אַלטער האָט אַרױסגעלאָזט די גאַנדז פֿון דער האַנט און זיך מיט נײַעם אימפּעט גענומען טאַפּן די װאַנט, װוּ ער איז געװען זיכער, אַז דאָ באַדאַרף זיך ערגעץ געפֿינען די טיר. און אָט די אימפּעטדיקע טאַפּעניש און זוכעניש איז באַגלײט געװאָרן פֿון אַ פֿליגל-פּאַטשערײַ... און די װײַסע פּאַסקעס שװעבן אַלץ אָפֿטער און אָפֿטער... מיט בליציקער שנעלקײט באַװײַזן זײ זיך דאָ און דאָרט, װערן פֿאַרשװוּנדן און װײַזן זיך װידער, װי דער גאַנצער פֿינצטערער פֿאַרנעם פֿון קאַמער װאָלט געװען אָנגעפֿילט מיט נישט-גוטע, מיט בײזע גײַסטער און לצים, װאָס האָבן אים דאָ אַהער-צו אין דער פֿינצטערער קאַמער אַרײַנגענאַרט... דער אַלטער איז פֿון מינוט צו מינוט אַלץ מער צעטומלט געװאָרן. ער איז געלאָפֿן אַהין און אַהער, מאָמענטװײַז פֿאַרגעסן, נאָך װאָס און צו װאָס ער לױפֿט, און צו מאָל אַפֿילו פֿאַרגעסן, װוּ ער געפֿינט זיך. אים האָט זיך געדאַכט, אַז ער לױפֿט עפּעס אין אומענדלעכער װײַטקײט, װערט גײאָגט און געטריבן פֿון אָט די טײַװאָלים, װאָס האָבן זיך דאָ פֿאַרזאַמלט. און אַזױ אַרומלױפֿנדיק, האָט ער זיך אָנגעשלאָגן אָן עפּעס אַ װײכער זאַך און איז געפֿאַלן, און דערפֿילט, אַז דאָס איז די זעלבע "זאַך", װאָס ער האָט פֿריִער פֿון דער האַנט אַרױסגעלאָזט... און װי פֿריִער האָט עס געפּאַטשט מיט די פֿליגל און אַלײן האָט עס געשװיגן, װי עס װאָלט בלױז באַשטאַנען פֿון פּאַטשערײַ און פֿון פֿליגל... ____________________ ער האָט זיך געװאָלט אױפֿהײבן, נאָר ער איז געװען פּאַראַליזירט פֿון שרעק... און ערגעץ אין זײַן נאָך נישט אין גאַנצן פּאַראַליזירטן מוח זענען, װי קאַלטע זשאַבעס, געשפּרונגען געדאַנקען, אַז ער איז טױט און אַז דער טױט איז עפּעס אַזעלכעס, װאָס פּאַטשט מיט אַ פֿליגל-פּאַטשערײַ. ס'איז עפּעס װי זײַן אײגנס און דאָך אַזױ שױדערלעך פֿרעמד... ס'איז עפּעס אַזעלכעס, װאָס לעבט מיט נישט קײן לעבעדיקן לעבן... עס לעבט מיט טױט... _____________________ װען די שנור איז גאַנץ פֿרי אַרײַנגעקומען אין קאַמער, האָט זי דעם אַלטן געטראָפֿן ליגן אָן אַ סימן פֿון לעבן, און לעבן אים איז געלעגן, פּונקט אַזױ װי ער, אָן אַ סימן פֿון לעבן --- אַ גאַנדז. באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון מירל שײנהױט הירשאַן, נח מילער, לעאָנאַרד פּראַגער און רפֿאל פֿינקל.