שלום-עליכם דרײפֿוס אין כּתרילעװקע איך װײס ניט, אױב די מעשׂה פֿון דרײפֿוסן האָט נאָך ערגעץ אָנגעמאַכט אַזאַ רעש, װי אין כּתרילעװקע. אין פּאַריז, זאָגט מען, האָט דאָס אױך געקאָכט, װי אין אַ קעסל. גאַזעטן האָבן געשריבן, גענעראַלן האָבן זיך געשאָסן, און װײַסע-חבֿרהניקעס זענען אַרומגעלאָפֿן איבער די גאַסן, װי משוגעיִם, געװאָרפֿן היטלען און געאַרבעט מעשׂים. דער האָט געשריגן: ״װיװ דרײפֿוס!״ און דער האָט געשריגן: ״װיװ עסטערהאַזי!״ און ייִדן האָט מען דערװײַל געשמירט, געמאַכט מיט דער בלאָטע, װי געװײנטלעך ... נאָר אַזױ פֿיל עגמת-נפֿש מיט אַזױ פֿיל יסורים און בזיונות, װי כּתרילעװקע האָט דערפֿון געהאַט - דאָס װעט פּאַריז ניט האָבן ביז משיח װעט קומען. פֿון װאַנען איז מען אין כּתרילעװקע געװאָר געװאָרן פֿון דרײפֿוסן - דאָס זאָלט איר ניט פֿרעגן. װאָרן למאַי װײסט מען דאָרטן פֿון דער מלחמה, װאָס די ענגלענדער האָבן געפֿירט מיט די באָערס? פֿון װאַנען װײסן זײ װאָס אין קיטײַ טוט זיך? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז כּתרילעװקע מיט קיטײַ? די גרױסע מסחרים, װאָס זײ פֿירן מיט דער װעלט? טײ באַקומען זײ פֿון װיסאָצקין פֿון מאָסקװע, און דאָס געלע זומערשטאָף, װאָס מען רופֿט דאָס ״טשע-שון-טשאַ״, טראָגט מען נישט אין כּתרילעװקע. נישט פֿאַר זײער בײַטל. דאַנקען גאָט, אַז מען קען טראָגן זומער אַ נאַקידקע כאָטש פֿון פּאַרוסינע! אַניט, האָט מען אַ ברירה גײן אַזױ, דאָס הײסט, מחילה, אין תּחתּונים און פֿון אױבן אַ ציצענעם אַרבע-כּנפֿות, און מע שװיצט פֿון דעסטװעגן גאַנץ געשמאַק, אַבי ס'איז נאָר אַ הײסן זומער. בלײַבט דאָך אַלץ די אײגענע קשיא: פֿון װאַנען האָט פֿאָרט כּתרילעװקע אָנגעשמעקט די מעשׂה פֿון דרײפֿוסן? פֿון זײַדלען. זײַדל רב שעיִהס איז דער אײנציקער אין שטאָט װאָס שרײַבט אױס דעם ״צפֿירה״. און אַלע נײַעס, װאָס טוט זיך אָפּ אױף דער װעלט, װערט מען געװאָר פֿון אים, דאָס הײסט, ניט פֿון אים, נאָר דורך אים. ער לײענט זײ, און זײ פֿאַרטײַטשן: ער דערצײלט, און זײ לערנען דעם פּשט: ער זאָגט װאָס סע שטײט, און זײ דרינגען אָפֿט פֿאַרקערט, װאָרן זײ פֿאַרשטײן בעסער. *** ויהי היום, איז געקומען זײַדל רב שעיִהס אין בית-מדרש אַרײַן און דערצײלט אַ מעשׂה, אַז אין פּאַריז האָט מען געמישפּט אַ ייִדישן קאַפּיטאַן, אײנער אַ דרײפֿוס, דערפֿאַר, װאָס ער האָט אַרױסגעגעבן נײטיקע פּאַפּירן פֿון דער מלוכה. איז דאָס אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אָרױס. אײנער האָט זיך אַ זאָג געטאָן פֿאַרבײַגײענדיק: - װאָס טוט ניט אַ ייִד צוליב פּרנסה? דער אַנדערער האָט געהאַט אַ נקמה: אַ מצװה! לאָז אַ ייִדעלע ניט קריכן אױבנאָן און זיך ניט מישן צװישן קיסרים! שפּעטער, אַז זײַדל איז געקומען און האָט דערצײלט אַ נײַע מעשׂה, אַז די גאַנצע געשיכטע איז גאָר געװען אַ בילבול, אַז דער ייִדישער קאַפּיטאַן, דער דרײפֿוס, װאָס מע האָט אים פֿאַרשיקט, איז גאָט די נשמה שולדיק, ס'איז גאָר אַ גאַנצע אינטריגע פֿון עטלעכע גענעראַלן, װאָס האָבן זיך עפּעס צעאַמפּערט - דעמאָלט האָט זיך שױן דאָס שטעטל אַביסל פֿאַראינטערעסירט, און דרײפֿוס איז געװאָרן אַ כּתרילעװקער. װוּ צװײ איז ער געװען אַ דריטער. - געהערט? - געהערט. - פֿאַרשיקט אױף אײביק. - ״װעטשני פּאָסעלעניִע״. - אומזיסט-אומנישט! - אַ בילבול! נאָך שפּעטער, אַז זײַדל איז געקומען און האָט דערצײלט אַז ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז דער משפּט זאָל נאָך אַ מאָל געמשפּט װערן, אַז עס האָבן זיך געפֿונען גוטע מענטשן אַזעלכע, װאָס נעמען זיך אונטער באַװײַזן דער װעלט, אַז ס'איז גאָר געװען אַ טעות די גאַנצע מעשׂה, - האָט כּתרילעװקע אָנגעהױבן זיך װיגן גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. ערשטנס, איז דאָך דרײפֿוס ״אונדזערער״; און, צװײטנס, װי קומט דאָס, אַז דאָרטן אין פּאַריז זאָל פֿאָרקומען אַזאַ פּאַסקודנע מעשׂה? פֿע, עפּעס זײער ניט שײן פֿאַר די ״פֿראַנצעהױזענדיקע״! ... עס איז אַװעקגעגאַנגען אַ שפּאַרעניש און אַ װעטעניש: דער האָט געזאָגט, אַז דער משפּט װעט נאָך אַ מאָל געמשפּט װערן, און דער האָט געדרונגען אַז נײן: אין אַחר מעשׂה בעת-דין כּלום - אָפּגעמשפּט איז פֿאַרפֿאַלן ... װאָס װײַטער-װײַטער האָט מען אױפֿגעהערט צו װאַרטן ביז זײַדל װעט זיך אַ מאָל אױסקראַצן צו קומען אין בית-מדרש אַרײַן דערצײלן נײַעס פֿונעם קאַפּיטאַן דרײפֿוס; מע האָט אָנגעהױבן גײן צו אים אַהײם. מע האָט נישט געהאַט מער קײן געדולד גײן צו אים אַהײם, און מע האָט אָנגעהױבן גײן מיט אים גלײַך אױף דער פּאָסט אָפּנעמען דאָס בלאַט, און דאָרטן טאַקע דאָס איבערלײענען נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, שרײַען, פּילדערן, שפּאַרן זיך און רעדן אַלע אין אײנעם, װי געװײנטלעך. ניט אײן מאָל האָט זײ דער אָדון דער פּאָסטמײַסטער געגעבן אָנצוהערענישן, זײער עדעל אַפֿילו, אַז אַ פּאָסט איז ניט קײן שול, להבֿדיל: - טוט נע זשידיװסקאַ שקאָלאַ, זשידי פּאַרחאַטיִע, טוט נע קאַהאַל שאַכערמאַכערי!... זײ האָבן אים אָבער געהערט, װי המן דעם גראַגער: ער האָט זײ געזידלט, און זײ האָבן געלײענט דעם ״צפֿירה״ און גערעדט פֿון דרײפֿוסן. און נישט נאָר פֿון דרײפֿוסן אַלײן האָט מען גערעדט אין כּתרילעװקע. עס איז צוגעקומען אַלע מאָל אַ פֿרישער פּאַרשױן: פֿריִער ״עסטערהאַזי״, נאָכדעם ״פּיקערט״, נאָכדעם גענעראַל ״מערסי״, ״פּעלי״, ״גאָנזי״, און דערבײַ איז געזאָגט געװאָרן אַ המצאה, אַז בײַ די ״פֿראַנצעהױזענדיקע״, װי באַלד אַ נאָמען פֿון אַ גענעראַל, אַזױ מוז זיך אױסלאָזן מיט אַ ״אי״. האָט אײנער געפֿרעגט אַ װידעראַנאַנד: - נו, און מיט בודעפֿערען װאָס װעסטו טון? - הערסטו? האָט ער טאַקע געהאַט אַ מפּלה. - כּן יאבֿדו! צװײ פּאַרשױנען זענען געװען אין כּתרילעװקע, װאָס די גאַנצע שטאָט האָט זײ ליב געקריגן, אױסגעגאַנגען נאָך זײערע טריט. דאָס זענען געװען ״עמיל זאָל״ און ״לאַמבאָרי״. פֿאַר ״עמיל זאָלען״ װאָלט זיך יעדער אײנציקער מפֿקיר געװען. אַ װערטעלע אױסצורעדן - ״עמיל זאָל״! אַז עמיל זאָל װאָלט קומען, למשל, קײן כּתרילעװקע, װאָלט די גאַנצע שטאָט אים אַרױסגעקומען אַקעגן מיט אַ ברוך-הבא, אױף די הענד װאָלט מען אים געטראָגן. - װאָס זאָגט איר אױף זײַנע בריװלעך? פּערל! דימענטן! באַרליִאַנטן! אױך פֿון ״לאַמבאָרין״ האָט מען געהאַלטן אַן עולם ומלואו. דער עולם האָט געקװעלט, נתפּעל געװאָרן און געלעקט די פֿינגער פֿון זײַנע דרשות. כאָטש האָרכן האָט אים אין כּתרילעװקע קײנער נישט געהאָרכט, נאָר מע האָט פֿאַרשטאַנען מיטן שׂכל, אַז ער באַדאַרפֿט קאָנען רעדן. איך װײס נישט, אױב דרײפֿוסעס משפּחה אין פּאַריז האָבן אַזױ אַרױסגעקוקט אױף דרײפֿוסן, ער זאָל קומען פֿונעם שײנעם אינדזל, װי עס האָבן אַרױסגעקוקט דערױף די כּתרילעװקער ייִדן. מע קאָן זאָגן, אַז זײ זענען געפֿאָרן גלײַך מיט דרײפֿוסן אַזש פֿון דאָרטן אױפֿן ים, ממש געפֿילט װי זײ שװימען: אָט-אָט הײבט זיך אױף אַ שטורעמװינד און געשמײַסט דעם ים אױף אַלע זײַטן, די כװאַליִעס פּליושקען און װאַרפֿן דאָס שיף, װי אַ שפּענדל, אַרױף און אַראָפּ, אַרױף און אַראָפּ. - רבונו של עולם! - האָבן זײ מתפּלל געװען בײַ זיך אין האַרצן. - זאָלסט אים כאָטש ברענגען בשלום אַהין, װוּ דער משפּט באַדאַרף זײַן! זאָלסט כאָטש עפֿענען די אױגן פֿון די ריכטער און קלאָר מאַכן זײערע מוחות, זײ זאָלן געפֿינען דעם שולדיקן, און די גאַנצע װעלט זאָל אַרױסזען אונדזער גערעכטיקײט, אמן סלה! ... דעם טאָג, װאָס ס'איז אָנגעקומען די גוטע בשׂורה, אַז דרײפֿוס איז שױן דאָ, איז אין כּתרילעװקע געװען אַ יום-טובֿ. זײ זאָלן זיך נישט שעמען, װאָלטן זײ פֿאַרשלאָסן די קלײטן. - געהערט? - אַ דאַנק השם יתברך! - איך װאָלט אַ בעלן געװען זען, װי אַזױ איז געװען דאָס ערשטע באַגעגעניש מיטן װײַב? - און איך װאָלט אַ בעלן געװען אָנקוקן בשעת-מעשׂה די קינדערלעך, אַז מע האָט זײ געזאָגט: דער טאַטע איז געקומען. װײַבער, װאָס זענען בעת-מעשׂה געזעסן, האָבן באַהאַלטן די פּנימער אין די פֿאַרטעכער, כּלומרשט געשנײַצן די נעזער, מע זאָל נישט זען, אַז זײ װײנען. װי כּתרילעװקע איז אַן אָרעם שטעטל, װאָלט יעדער אָפּגעריסן דאָס לעצטע פֿונעם לעצטן און װאָלט זיך דורכגעפֿאָרן אַהין, אַ קוק טון כאָטש פֿון דער װײַטנס. אַַז דער משפּט האָט זיך אָנגעהױבן, איז געװאָרן אַ קאָכעניש, גאָט זאָל שומר-ומציל זײַן. נישט נאָר דאָס בלאַט -זײַדלן האָט מען צעריסן אױף שטיקלעך. מע האָט זיך געװאָרגן מיטן עסן, מען איז ניט געשלאָפֿן קײן נעכט. מע װאָלט שױן גערן דערלעבן מאָרגן, מאָרגן - איבערמאָרגן, און אַזױ אַלע טעג. מיט אַ מאָל איז געװאָרן אַ מהומה אין שטאָט, אַ טומל, אַ געשרײ, אַ געפּילדער, - חושך! חושך! דאָס איז געװען דעמאָלט, װוּ מע האָט געשאָסן אױף אַדװאָקאַט לאַמבאָרי. די כּתרילעװקער האָבן אײַנגעלײגט די װעלט. - פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? אַזאַ רציחה! אומזיסט-אומנישט! ערגער װי אין סדום! דער דאָזיקער שאָס האָט זײ דעם קאָפּ אַראָפּגענומען. די דאָזיקע קױל האָט זײ געטראָפֿן גלײַך אין האַרצן אַרײַן. גלײַך װי ער האָט געשאָסן אױף כּתרילעװקע. - רבונו של עולם! - האָבן זײ מתפּלל געװען בײַ זיך אין האַרצן. - באַװײַז דײַנע װוּנדער, דו קאָנסט דאָך, אַז דו װילסט, טו אַ נס, לאַמבאָרי זאָל כאָטש בלײַבן לעבן. און גאָט ברוך-הוא האָט אַ נס געטאָן, ער איז געבליבן לעבן. * אַז ס'איז געקומען צום לעצטן טאָג פֿונעם משפּט, האָט דאָס מיט די כּתרילעװקער געװאָרפֿן װי אַ קדחת. זײ װאָלטן אַ בעלן געװען אַנטשלאָפֿן װערן אױף אַ גאַנץ מעת-לעת און אױפֿכאַפּן זיך דעמאָלט, װען דרײפֿוס װעט, אם-ירצה-השם, שױן זײַן פֿרײַ. נאָר, װי אױף צו להכעיִס, האָט זיך בײַ קײנעם דאָס אױג נישט געקאָנט צומאַכן. מע האָט זיך יענע נאַכט געקאַטשעט פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, מלחמה געהאַלטן מיט די װאַנצן און אַרױסגעקוקט, עס זאָל שױן װערן טאָג. אַז ס'איז געװאָרן טאָג, איז מען אַװעק אױף דער פּאָסט. די פּאָסט איז געװען פֿאַרשלאָסן און דער טױער אױך. ביסלעכװײַז האָט זיך דער עולם אָנגעהױבן צונױפֿקלײַבן אַרום דער פּאָסט, און ס'איז געװאָרן פֿאַרפֿלײצט די גאַס. ייִדן זענען אַרומגעגאַנגען הין און צוריק, געגענעצט, געצױגן זיך, געדרײט די פּאה און געזונגען שטילערהײט פֿון הלל. אַז יאַרעמע דער סטראָזש האָט געעפֿנט דאָס טױער, האָבן ייִדן אַ לאָז געטאָן זיך אַלע מיט אַ מאָל. איז יאַרעמע געװאָרן אָנגעצונדן, באַװיזן, אַז דאָ איז ער בעל-הבית, און האָט זיך צעלאָזט אױף זײ און, מחילה, זײ אַרױסגעטריבן מיט בזיונות פֿון דער פּאָסט אין דרױסן אַרױס, און דאָרטן האָבן זײ געװאַרט אױף זײַדלען, אַזױ לאַנג, ביז זײ האָבן זיך פֿאָרט דערװאַרט. און אַז זײַדל האָט אָפּגענומען דאָס בלאַט און האָט זײ איבערגעלײענט דעם שײנעם פּסק פֿון דרײפֿוסן, איז געװאָרן אַ געשרײ, אַ ליִאַרעם - הימל עפֿן זיך! דער געשרײ איז געװען ניט אױף די גענעראַלן, װאָס האָבן געשװאָרן פֿאַלש, נישט אױף די ״פֿראַנצעהױזענדיקע״, װאָס האָבן זיך אַזױ ניט שײן אױסגעפֿײַנט, - נײן! דער געשרײ איז געװען אױף זײַדלען. - סע קאָן ניט זײַן! - האָט כּתרילעװקע געשריגן אין אײן קול. - סע קאָן ניט זײַן אין דער װעלט אַזאַ משפּט! הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז דער אמת מוז אַרױף, װי בױמל אױפֿן װאַסער. װאָס װעסטו אונדז דערצײלן מעשׂיות? - בהמות! שרײַט נעבעך זײַדל מיט אַלע כּוחות און שטופּט זײ דאָס בלאַט גלײַך אין פּנים אַרײַן. - נאַט זעט װאָס שטײט אין בלאַט! - בלאַט-שמאַט! - שרײַט כּתרילעװקע. - און אַז דו װעסט זיך שטעלן אָט דאָ מיט אײן פֿוס אױפֿן הימל און מיט דער אַנדערער אױף דער ערד - װעלן מיר דיר גלײבן? ס'איז אַ זאַך, װאָס עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן! אַ סימן - װער איז געװען גערעכט?... __________________________________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון בעריש גאָלדשטײן, לעאָנאַרד פּראַגער, נח מילער און רפֿאל פֿינקל. Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved 7