גריבעלעך
פֿון שמואל נײַדאָרף
אַלע װאַסערן לױפֿן אַװעק די גריבעלעך בלײַבן
אױ איר טײַערע גריבעלעך
װען די רעגנס זענען געװען ניט גענוג
האָט איר געראַטעװעט פֿון טריקעניש די פֿעלדער
װען זײ זענען געװען צו פֿול
האָט איר אַװעקגעפֿירט די פֿאַרפֿלײצונגען
װען די פֿישעלעך זענען געװען יונג
האָט איר זײ געהיטן פֿאַר די העכט
װאָס זענען צו גרױס זיך אַדורכצושװימען
װען די זשאַבעס האָבן געדאַרפֿט מער אָרט
האָט איר זײ געפֿירט צו לײדיקע סטאַװן
אױ איר װאַסערן
לױפֿט גיך צוריק
די גריבעלעך זאָלן שױן װידער פֿול זײַן