יוסף אָפּאַטאָשו ס'אײביקע חופּה-קלײד (חײַקעלע טװערסקי ז״ל) ס'האָט שױן גענומען טאָגן, װען די אַכציק-יאָריקע גליקכע שרײַבער האָט, אַן איבערגעשראָקענע, געעפֿנט די אױגן און האָט זײ גלײַך קריק פֿאַרמאַכט. גליקכע האָט זיך נישט געקאָנט קײן ריר טאָן. יעדעם גליד, װי אַרױס פֿון געלענק. די קנאָכן פֿון די הענט, פֿון די פֿיס, װי זײ װאָלטן געװען צעשאָטן. יעדעס אבֿר האָט גענאָגט און געװײטיקט, און אױף דעם שפּיץ צונג איז געלעגן דער חלום, װאָס האָט זי אַ גאַנצע נאַכט געמאַטערט: - איז טאַקע ערנעסטינע געשטאָרבן? ערשט איצט, װען גליקכע האָט װידער געעפֿנט די אױגן, האָט זי זיך געכאַפּט, אַז ערנעסטינע איז נאָך פֿרײַטיק נאָך מיטאָג געשטאָרבן. װאָס האָט מען געקאָנט טאָן? װאַרטן מיט דער קבֿורה אױף זונטיק, װי ס'פֿירט זיך אין אַמעריקע? אין פּרעשבורג, בײַ גליקכעס עלטערן, בײַ אירע זײדעס און עלטער-זײדעס, האָט מען זיך אַנדערש געפֿירט. איז עמיצער ניפֿטר געװאָרן אין דער משפּחה, האָט מען אים דעם זעלבן טאָג מקבר געװען. און דאָ ס'איז פֿרײַטיק נאָך מיטאָג. ערנעסטינע האָט זיך נישט פֿאַרזאָרגט מיט קײן תּכריכים. זי איז טאַקע גליקכעס לײַבלעך געשװעסטערקינד. זי איז אַן אײגער, ר' עקיבֿא אײגערס אַן אור-אײניקל. זי איז אָבער נאָך מיט פֿופֿציק יאָר צוריק שױן אין פּרעשבורג געװען פֿון די רעפֿאָרמירטע. ערנעסטינעס מלאך (יעדער מענטש האָט דאָך אַ מלאך אין הימל) איז נאָך אין פּרעשבורג געװען אַ טױבער. ער האָט קײן מאָל נישט דערהערט אירע פֿאַרלאַנגען. איז זי נאָך אין פּרעשבורג אַראָפּ פֿון גלײַכן װעג. דער נאָמען אַלײן - ערנעסטינע. בײדע האָבן געהײסן נאָך דער זעלבער עלטער-באָבע גליקכע. און פֿון גליקכע געװאָרן ערנעסטינע. און מיט װאָס האָט זי זיך אַזױ איבערגענומען, די ערנעסטינע? זי האָט געהאַט אַ מאַן אַן אױגן-דאָקטער? זי האָט גערעדט אונגאַריש, דײַטש, פֿראַנצױזיש און ענגליש? איז גליקכעס מאַן, אַ האַרץ-ספּעציאַליסט, נאָך געװען פּראָפֿעסאָר אין בודאַפּעסט. און דאָ אין ניו-יאָרק האָט ער געלײענט לעקציעס אין קאָלאָמביע אוניװערסיטעט. און גליקכע אַלײן? אין שפּראַכן איז זי פֿון קינדװײַז אָן פֿעיקער געװען װי ערנעסטינע. גליקכע קען אױך פֿאַרטײַטשן אַ פּרשה חומש, אַ קאַפּיטל תּהילים. טאָ מיט װאָס האָט זי זיך אַזױ איבערגענומען, די ערנעסטינע, װאָס זי איז אַראָפּ פֿון גלײַכן װעג? און געשטאָרבן איז זי אַזױ נאַריש, אָן תּכריכים. און דאָ איז פֿרײַטיק, און דאָ איז שױן נאָך מיטאָג, װאָס הױבט מען אָן טאָן? האָט גליקכע גענומען אירע תּכריכים און זײ געשאָנקען ערנעסטינען. און פֿון בית-עולם איז מען קריק געקומען פּונקט צו ליכט-בענטשן. גליקכע האָט אין דעם אַלעם געזען גאָטס חסד. פֿון דאַנקבאַרקײט האָט זי אַ הױב געטאָן די אױגן אין דער הײך: - טאַטע-פֿאָטער פֿון הימל! פֿון די צװײ פֿענצטער, װאָס זײַנען אַרױס אין צענטראַל-פּאַרק, האָבן שטיקלעך ליכט מיט אַ ציטער זיך געשאַרט איבער דער מיזרח-װאַנט. די שטיקלעך ליכט האָבן אָפּגעדעקט דאָ אַ פּנים, דאָרט אַ פּנים. גליקכע האָט זיך אײַנגעקוקט אין די ליכטיקע פּנימער, אין די דורותדיקע בערד און פּאות, אין די קלוגע אױגן, װאָס האָבן געקוקט מיט צער. דאָס זײַנען געװען אירע עלטער-זײדעס: ר' משה שרײַבער דער פּרעשבורגער רבֿ, ר' עקיבֿא אײגער דער פּױזנער רבֿ. מיט די עלטער-זײדעס איז גליקכען געװען הײמלעכער. און נישט גליקכע אַלײן האָט זיך געשפּיגלט אין די זײדעס. אױך אירע צװײ זין ספּעציאַליסטן דאָקטױרים, װאָס שרײַבן נישט אום שבת. אױך איר אײדעם, אַ רײַכער פֿאַבריקאַנט, װאָס האַלט שבת געשלאָסן די פֿאַבריק. יעדן פֿרײַטיק קומט צו גליקכען אַן אַנדער אײניקל מאַכן קידוש. דאָס אײניקל בלײַבט שױן נעכטיקן בײַ דער באָבען, גײט מיט איר אין שול אַרײַן דאַװנען. און די זין און דער אײדעם? פֿאַרן בלױזן ״כּיבוד-אבֿ״ װעט מען פֿאַר זײ ברײט עפֿענען ס'גן-עדן. גליקכע האָט באַדױערט װאָס איר דור רוקט זיך אַװעק. כּמעט יעדעם יאָר איז געװאָרן װײניקער מיט אַ חבֿרטע. און חבֿרטעס האָט זי געהאַט אי פֿון פּרעשבורג, אי פֿון ניו-יאָרק. זי איז דאָך שױן אין ניו-יאָרק אַ קנאַפּע זעכציק יאָר. און דאָ פּעקלען זיך די חבֿרטעס איבער אױפֿן עולם-האמת. גליקכע האָט גענומען צײלן אױף די פֿינגער. געבליבן זײַנען: - נישט ראַדיש, נישט פֿרײדקע, נישט שײנדל, נישט ברײנדל, נישט שׂרהלע... אומבאַשריִען... זי האָט אָנגעצײלט אַ זיבן נעמען. זי האָט געזען יעדע חבֿרטע פֿאַר די אױגן, געװוּסט זײער עלטער. די ייִנגסטע איז געװען איבער זעכציק. די עלטסטע אין די נײַנציקער. די חבֿרטעס זײַנען געשטאַנען פֿאַר די אױגן אין אַ שורה און גליקכע האָט זיך געטראַכט: - װעמעס רײ איז איצט? זי האָט געװוּסט, אַז נישט פֿרײדכעס. די נײַנציק-יאָריקע פֿרײדכע איז געװען אַ שטיק דאָקטערקע. װאָס האָט זי נישט געהײלט? און אַז אַ מענטש איז קראַנק געװאָרן, האָט זי מיט טעג פֿריִער געזאָגט װער ס'איז ״לחייִם״ און װער ״למות.״ זי האָט נאָך מיטװאָך געװוּסט, אַז ערנעסטינע שטאַרבט. האָט גליקכע זי געפֿרעגט: - פֿרײדכע קרױן, סטײַטש? האָט פֿרײדכע געענטפֿערט: - װילסטו װיסן, גליקכע, אױב די קרענק איז געפֿערלעך, נעם װײך ברױט, טריקן דערמיט דעם שװײס פֿונעם קראַנקנס שטערן און װאַרף עס צו אַ הונט. פֿרעסט עס דער הונט איז גוט. פֿרעסט ער עס נישט איז דער פֿאַרבײַ. גליקכע האָט געקוקט אױף ערנעסטינעס שװאַרצן הונט, װאָס איז נישט אָפּגעטראָטן פֿון דער קראַנקערס בעט. ער האָט זיך נישט צוגערירט צום שטיקל װײכן ברױט, װאָס פֿרײדכע האָט אים געװאָרפֿן. גליקכע האָט אױסגעבײַטלט צום הונטס קאָפּ און איז אַװעק פֿון פֿרײדכען אַ ברוגזע. ס'האָט זי אָבער נישט געלאָזט רוען די פֿרײדכע האָט דאָך אָבער געטראָפֿן. װי נאָך טרעפֿט זי עס? מיט כּישוף? דער טעלעפֿאָן, װאָס איז געשטאַנען בײַ גליקכעס בעט אױף אַ טישל, האָט זיך צעקלונגען. גליקכע האָט אַ נעם געטאָן ס'טרײַבל: - װער רעדט? ראַדיש? גוט-מאָרגן, ראַדיש! מען זאָל טאַקע מער פֿון קײן צער נישט װיסן! צי איר װעט זײַן אָנגעלײגטע געסט? אװדאי, אװדאי, טײַערע געסט! נאָר װאָס אַזױ פֿרי? כ'ליג דאָך נאָך אין בעט... כ'האָב נאָך נישט געדאַװנט... קומט נאָכן דאַװנען... נו, גוט, נו, גוט, ראַדיש קרױן!... די אַלטיטשקע האָט פֿאַרגעסן, אַז אין דער פֿרי טוט איר אַלץ װײ, װי זי װאָלט קײן גאַנץ גליד נישט געהאַט אין זיך. זי איז גלײַך אַראָפּ פֿון בעט און האָט אַ רוף געטאָן די דינסט: - עליזאַבעט, שלאָפֿסט נאָך? - װער שלאָפֿט, מיסעס שרײַבער? די דינסט, אַ באַיאָרטע נעגערטע, מיט טרױער אין די אױגן, אַרום די מױל װינקלען, איז אַרײַן צו גליקכען אין צימער: - אָט בין איך, בעל-הביתטע. - זײַ אַ גוט מײדל, עליזאַבעט, און רױם אױף ס'צימער. - װאָס איז ס'געאײַל, באַלעבאָסטע? - מיר קריגן געסט. - אַזױ פֿרי? די אַלטיטשקע האָט װי אַ קינד אַ הױב געטאָן מיט די פּלײצעס און געשמײכלט. און אַז עליזאַבעט איז פֿאַרטיק געװאָרן מיטן צימער, איז גליקכע שרײַבער שױן געזעסן מיט איר קרבן-מנחה סידור, געזעסן לעבן מיזרח-װאַנט, װוּ איבער איר קאָפּ זײַנען געהאַנגען די זײדעס דער ״חתם-סופֿר״ און ר' עקיבֿא אײגער. זי האָט געדאַװנט מיט אַ פּרעשבורגער ניגון, געדאַװנט אױפֿן קול, און נישט געהערט װי פֿון קיך טראָגט זיך דער אײגענער ניגון נאָר אָן װערטער. עליזאַבעט האָט געגרײט אָנבײַסן. און אַז גליקכע איז אױסגעגאַנגען שמונה-עשׂרה, האָט זיך דערהערט אַ קלונג. אין דער טיר זײַנען געשטאַנען: ראַדיש, פֿרײדכע, שײנדל, ברײנדל, שׂרהלע זײַנען געשטאַנען גליקכעס חבֿרטעס, נגידיש גבֿירישע זקנות, מיט געבעקס אין די הענט. מיט פֿלעשער װײַן אין די הענט, מיט גענײ-טעשלעך אין די הענט. - אַ גוט-מאָרגן, גליקכע! - אַ גוט-מאָרגן, גליקכע! גליקכע האָט אַ פֿאַרחידושטע זיך געקושט מיט די חבֿרטעס. און אַז זײ האָבן זיך צוגעזעצט לעבן טיש, צעשטעלט ס'געבעקס, געעפֿנט די פֿלעשער װײַן, געעפֿנט די גענײ-טעשלעך, האָט די עלטסטע צװישן די זקנות ראַדיש, אַרױסגענומען אַן אירלענדיש שטיק װעב און עס אַ שפּרײט געטאָן איבערן פֿוטרירטן דיל. - װײסט כאָטש, גליקכע, צו װאָס מיר זײַנען געקומען? דײַנע חבֿרטעס זײַנען געקומען דיר אױפֿנײען ס'אײביקע חופּה-קלײד. האָסט עס כּשר פֿאַרדינט, גליקכע. דײַן חופּה-קלײד האָסטו אַװעקגעשאָנקען ערנעסטינען, ביסט געבליבן אָן אַ חופּה-קלײד. האָבן מיר זיך הײַנט, זונטיק, געפֿעדערט. די אַלטיטשקע, גליקכע, האָט געהאַט טרערן אין די אױגן. אָן װערטער האָט זי אַרומגענומען אײן חבֿרטע נאָך דער אַנדערן, דערנאָך האָט זי געשניטן אַ טאָרט, אָנגעגאָסן גלעזלעך װײַן. און אַז די חבֿרטעס האָבן געטרונקען לחייִם, פֿאַרביסן מיט שטיקלעך טאָרט, האָט די עלטסטע, ראַדיש, אָנגעטאָן גליקכען ס'הײבל מיט שפּיצן און שלײַפֿלעך. די זקנות האָבן אײַנגעפֿעדעמט די דינע נאָדלען, געצױגן די לאַנגע, װײַסע פֿעדעם. און אַז געבױגענע האָבן זײ גענומען נײען ס'אײביקע חופּה-קלײד, האָט דער טױט אָנגעהױבן שפּינען זײַן ניגון. 1941 __________________________________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון איציק גאָלדענבערג, לעאָנאַרד פּראַגער, נח מילער רפֿאל פֿינקל און אבֿרהם ברוך בערקאָװיץ Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved