יצחק-לײב פּרץ אױב נישט נאָך העכער און דער נעמיראָװער פֿלעגט סליחות-צײַט יעדן פֿרימאָרגן נעלם װערן! פֿאַרשװוּנדן! מען פֿלעגט אים נישט זען אין ערגעץ: נישט אין שול, נישט אין בײדע בתּי-מדרשים, נישט בײַ אַ מנין, און אין דער הײם אַװדאי און אַװדאי נישט. די שטוב איז געשטאַנען אָפֿן. װער עס האָט געװאָלט, איז אַרײַן און אַרױסגעגאַנגען; געגנבֿעט בײַם רבין האָט מען נישט, אָבער קײן לעבעדיק באַשעפֿעניש איז אין שטוב נישט געװען. װוּ קען זײַן דער רבי? װוּ זאָל ער זײַן? מן-הסתּם אין הימל! װײניק געשעפֿטן האָט אַ רבי פֿאַר ימים-נוראָים צו פֿאַרזאָרגן? ייִדעלעך, קײן עין-הרע, דאַרפֿן פּרנסה, שלום, געזונט, גוטע שידוכים, װילן גוט און פֿרום זײַן, און די זינד זענען דאָך גרױס, און דער שׂטן מיט זײַנע טױזנט אױגן קוקט פֿון אײן עק װעלט ביז דער צװײטער, און ער זעט, און פֿאַרקלאָגט, און מסרט...און - װער זאָל העלפֿן, אַז נישט דער רבי? אַזױ האָט דער עולם געטראַכט. אײן מאָל איז אָבער אָנגעקומען אַ ליטװאַק - לאַכט ער! איר קענט דאָך די ליטװאַקעס: פֿון מוסר-ספרים האַלטן זײ װײניק, דערפֿאַר שטאָפּן זײ זיך אָן מיט ש״ס ופסקים. װײַזט דער ליטװאַק אַ בפירושע גמרה - די אױגן שטעכט ער אױס. אַפֿילו משה רבינו, װײַזט ער, האָט בײַם לעבן נישט געקאָנט אַרױף אױפֿן הימל, נאָר געהאַלטן זיך צען טפֿחים אונטערן הימל! נו, גײ שפּאַר זיך מיט אַ ליטװאַק! װוּ דען קומט אַהין דער רבי? - מײַן דאגה! ענטפֿערט ער און ציט מיט די אַקסל, און תּוך כּדי דיבור (װאָס אַ ליטװאַק קען!) איז ער זיך מיישבֿ צו דערגײן די זאַך. *** נאָך דעם זעלבן פֿאַרנאַכט, באַלד נאָך מעריבֿ, גנבֿעט זיך דער ליטװאַק צום רבין אין חדר אַרײַן, לײגט זיך אונטערן רבינס בעט, און ליגט. ער מוז אָפּװאַרטן און זען, װוּ דער רבי קומט אַהין, װאָס ער טוט סליחות-צײַט. אַן אַנדערער װאָלט אפֿשר אײַנגעדרעמלט און פֿאַרשלאָפֿן די צײַט, אַ ליטװאַק טוט זיך אַן עצה: לערנט ער זיך אױסנװײניק אַ גאַנצע מסכתּא! איך געדענק שױן נישט, חולין צי נדרים! פֿאַר טאָג הערט ער, װי מען קלאַפּט צו סליחות. דער רבי איז שױן ניט געשלאָפֿן אַ צײַט. ער הערט אים שױן אפֿשר אַ גאַנצע שעה קרעכצן. װער עס האָט געהערט דעם נעמיראָװער קרעכצן װײס, װיפֿל צער פֿאַר כּל ישׂראל, װיפֿל יסורים עס האָט געשטעקט אין זײַן יעדן קרעכץ...די נשמה פֿלעגט אױסגײן הערנדיק דאָס קרעכצן! אַ ליטװאַק האָט דאָך אָבער אַן אײַזערן האַרץ, הערט ער צו און ליגט זיך װײַטער! דער רבי ליגט זיך אױך: דער רבי, זאָל לעבן, אױפֿן בעט, דער ליטװאַק אונטערן בעט. *** דערנאָך הערט דער ליטװאַק, װי די בעטן אין הױז הײבן אָן סקריפּען...װי די בני-בית כאַפּן זיך אַרױס פֿון די בעטן, װי מען מורמלט אַ ייִדיש װאָרט, מען גיסט װאַסער אױף די נעגל, עס קלאַפּן אױף און צו די טירן...דערנאָך איז דער עולם אַרױס פֿון שטוב, עס װערט װײַטער שטיל און פֿינצטער, דורכן לאָדן שײַנט קױם אַרײַן אַ קלײן ביסל ליכט פֿון דער לבֿנה... מודה האָט ער געװען, דער ליטװאַק, אַז װען ער איז געבליבן אײנער אַלײן מיטן רבין, איז אים באַפֿאַלן אַן אימה, די הױט איז שױן אים אױפֿגעלאָפֿן פֿאַר שרעק, די װאָרצלען פֿון די פּאות האָבן אים געשטאָכן אין די שלײפֿן װי די נאָדלען. אַ קלײניקײט: מיטן רבין, און סליחות-צײַט, פֿאַר טאָג, אַלײן אין שטוב... אַ ליטװאַק איז דאָך אָבער אײַנגעשפּאַרט, ציטערט ער װי אַ פֿיש אין װאַסער און ליגט. *** ענדלעך שטײט דער רבי זאָל לעבן אױף... פֿריִער טוט ער װאָס אַ ייִד דאַרף טאָן...דערנאָך גײט ער צו צו דעם קלײדער-אַלמער און נעמט אַרױס אַ פּעקל...עס באַװײַזן זיך פּױערישע קלײדער: לײַװנטענע פּלודערן, גרױסע שטיװל, אַ סיערמענגע, אַ גרױס פֿוטערן היטל מיט אַ ברײטן לאַנגן לעדערנעם פּאַס, אױסגעשלאָגן מיט מעשענע נעגעלעך. דער רבי טוט עס אָן.... פֿון דער קעשענע פֿון סיערמענגע שטאַרט אַרױס אַן עק פֿון אַ גראָבן שטריק...פֿון אַ פּױערישן שטריק! דער רבי גײט אַרױס; דער ליטװאַק - נאָך! דורכגײענדיק טרעט אָפּ דער רבי אין קיך, בײגט זיך אײַן, פֿון אונטער אַ בעט נעמט ער אַרױס אַ האַק, פֿאַרלײגט זי הינטערן פּאַס און גײט אַרױס פֿון שטוב. דער ליטװאַק ציטערט, נאָר ער טרעט נישט אָפּ. *** אַ שטילער, ימים-נוראָימדיקער פּחד װיגט זיך איבער די טונקעלע גאַסן. אָפֿט רײַסט זיך אַרױס אַ געשרײ פֿון סליחות פֿון ערגעץ אַ מנין, אָדער אַ קראַנקער קרעכץ פֿון ערגעץ אַ פֿענצטער...דער רבי האַלט זיך אַלץ אין די זײַטן פֿון די גאַסן, אין די שאָטן פֿון די הײַזער...פֿון אײן הױז צום אַנדערן שװימט ער אַרױס און דער ליטװאַק נאָך אים... און דער ליטװאַק הערט, װי זײַן אײגן האַרצקלאַפּן מישט זיך צוזאַמען מיטן קול פֿון רבינס שװערע טריט; אָבער גײן גײט ער, און קומט צוזאַמען מיטן רבין אױס דער שטאָט אַרױס. *** הינטער דער שטאָט שטײט אַ װעלדל. דער רבי, זאָל לעבן, נעמט זיך אין װעַלדל אַרײַן. ער מאַכט אַ דרײַסיק-פֿערציק טריט און שטעלט זיך אָפּ בײַ אַ בײמל און דער ליטװאַק װערט ניבֿהל ונשתּומם זײענדיק, װי דער רבי נעמט אַרױס פֿון פּאַס די האַק און שלאָגט אין בײמל אַרײַן. ער זעט װי דער רבי האַקט און האַקט, ער הערט װי דער בײמל קרעכצט און קנאַקט. און דאָס בײמל פֿאַלט, און דער רבי שפּאַלט עס אױף ליפּעס...די ליפּעס - אױף דינע שײַטלעך; און ער מאַכט זיך אַ בינטל האָלץ, נעמט עס אַרום מיטן שטריק פֿון קעשענע, ער װאַרפֿט דאָס בינטל האָלץ איבער די פּלײצעס, שטעקט צוריק אַרײַן די האַק אינעם פּאַס, לאָזט זיך אַרױס פֿון װאַלד און גײט צוריק אין שטאָט אַרײַן. אין אַ הינטערגעסל שטעלט ער זיך אָפּ בײַ אַן אָרעם, האַלב אײַנגעבראָכן הײַזל און קלאַפּט אָן אין פֿענצטערל. - װער איז? פֿרעגט מען דערשראָקן פֿון שטוב אַרױס. דער ליטװאַק דערקענט, אַז עס איז אַ קול פֿון אַ ייִדענע, פֿון אַ קראַנקער ייִדענע. - יאַ! ענטפֿערט דער רבי אױף פּױעריש לשון. - קטאָ יאַ? פֿרעגט מען װײַטער פֿון שטוב. און דער רבי ענטפֿערט װײַטער, אױף מאַלאָרוסיש לשון: װאַסיל. - װאָס פֿאַר אַ װאַסיל און װאָס װילסטו, װאַסיל? - האָלץ, זאָגט דער פֿאַרשטעלטער װאַסיל, האָב איך צו פֿאַרקױפֿן זײער ביליק...בחצי-חינם האָלץ! און, ניט װאַרטנדיק אױף אַ תּשובֿה, נעמט ער זיך אין שטוב אַרײַן. דער ליטװאַק גנבֿעט זיך אױך אַרײַן און, בײַם גרױען ליכט פֿון פֿריִען מאָרגן, זעט ער אַן אָרעמע שטוב, צעבראָכן, אָרעם כּלי-בית...אין בעט ליגט אַ קראַנקע ייִדענע, פֿאַרװיקלט מיט שמאַטעס, און זי זאָגט מיט אַ ביטער קול: - קױפֿן? מיט װאָס זאָל איך קױפֿן? װוּ האָב איך, אָרעמע אַלמנה, געלט? - איך װעל דיר באָרגן! ענטפֿערט דער פֿאַרשטעלטער װאַסיל, אין גאַנצן זעקס גראָשן! - פֿון װאַנען װעל איך דיר באַצאָלן? קרעכצט די אָרעמע ייִדענע. - נאַריש מענטש, מוסרט זי דער רבי: זע, דו ביסט אַן אָרעמע קראַנקע ייִדענע און איך געטרױ דיר דאָס ביסל האָלץ, איך בין בטוח, אַז דו װעסט באַצאָלן, און דו האָסט אַזאַ שטאַרקן, גרױסן גאָט, און געטרױסט אים נישט...און האָסט אױף אים אױף נאַרישע זעקס גראָשן פֿאַרן בינטל האָלץ קײן בטחון נישט! - און װער װעט מיר אײַנהײצן? קרעכצט די אַלמנה: איך האָב דען כּוח אױפֿצושטײן? מײַן זון איז אױף דער אַרבעט געבליבן. - איך װעל דיר אײַנהײצן אױך, זאָגט דער רבי. *** און, אַרײַנלײגנדיק דאָס האָלץ אין אױװן, האָט דער רבי, קרעכצנדיק, געזאָגט פֿון סליחות דעם ערשטן פּיזמון.... און אַז ער האָט עס אונטערגעצונדן און דאָס האָלץ האָט פֿרײלעך געברענט, האָט ער געזאָגט, שױן אַ ביסל לוסטיקער, פֿון די סליחות דעם צװײטן פּיזמון.... דעם דריטן פּיזמון האָט ער געזאָגט, װען עס האָט זיך אױסגעברענט און ער האָט די בלעך פֿאַרמאַכט.... *** דער ליטװאַק װאָס האָט דאָס אַלץ געזען איז שױן געבליבן אַ נעמיראָװער חסיד. און שפּעטער, אױב אַ חסיד האָט אַ מאָל דערצײלט, אַז דער נעמיראָװער הײבט זיך אױף, סליחות-צײַט, יעדן פֿרימאָרגן און פֿליט אַרױף אין הימל אַרײַן, פֿלעגט שױן דער ליטװאַק נישט לאַכן, נאָר צוגעבן שטילערהײט: - אױב נישט נאָך העכער! _______________________________________________ באַאַרבעט און צוגעגרײט פֿון משה פֿעלער, לעאָנאַרד פּראַגער, נח מילער און רפֿאל פֿינקל. Copyright (c) 2001 Noyekh Miller and Leonard Prager All Rights Reserved 6